אינסטרוקציעס פֿאַר רעדאַקטאָרן

כּדי צו רעדאַגירן די טעקסטן פֿון שלום־עליכמען, פּרוּװט היטן די דאָזיקע תּקנות:
  1. מע קען זען אָדער עצות אָדער דעם סקאַנירטן טעקסט. מע בײַט די ברירה מיט אַ קליק אינעם קנעפּל אױבן.
  2. גיט ערשט אַ קוק אױף די „עצות“. װערטער װאָס געפֿינען זיך אין געל װײַזן אַ מעגלעכע פֿאַרבעסערונג פֿונעם טעקסט. ס'איז אַם בעסטן ערשט אַדורכצוקוקן די דאָזיקע עצות אין דעם סדר (פֿון אױבן אַראָפּ) מיט אַ קליק אױף יעדער אײנער אין װעלכע די עצה איז טאַקע ריכטיק. די װערטער װוּ מען גיט אַ קליק װעלן באַלד אַרױס ריכטיק אינעם טעקסט.
  3. דערנאָך מאַכט צו רעכטס די ערטער װוּ עס שטײט בלױז אַ קלין (▮). דערװײַל קען מען קוקן ניט אױף די עצות נאָר בעסער אױפֿן סקאַנירטן טעקסט.
  4. דריטנס, מאַכט צו רעכטס די װערטער װאָס זײַנען אין די עצות אָדער ראָזעװע אָדער געל, קוקנדיק אױב נױטיק אױף דעם סקאַנירטן טעקסט.
  5. אָפֿט װעט אַ מקף זיך בײַטן מיט אַ לאַנגן מקף, אָדער פֿאַרקערט. פֿאַרריכט אַזױנע פֿאַלן.
  6. לאָזט בלײַבן די שפּאַלטן צװישן שורות, אַפֿילו אױב אַ שורה ענדיקט זיך מיט אַ מקף. לײגט ניט צונױף שורות פֿון אַ פּאַראַגראַף.
  7. פּשוטע שורות קומען צום רעכטן ראַנד; אָנהײבן פֿון פּאַראַגראַפֿן זײַנען אַרײַנגערוקט מיט 4 בלױזן. אױב ניט, מאַכט צו רעכטס. פֿראַזעס און טיטלען װאָס געפֿינען זיך גלײַך אין מיטן פֿון אַ שורה מעגן זײַן אָדער אין מיטן אָדער גערוקט צום רעכטן ראַנד.
  8. אָפֿט זעט מען װערטער מיט קלײנע ב ל ױ ז ן צװישן די אותיות װי אַן אינטענסיװ. מען קען זײ לאָזן אַזױ, אָדער בעסער, שטעלן די דאָזיקע טעקסטן צװישן בראַקעטן אַזױ: <<אינטענסיװע װערטער>>. האָט ניט קײן מורא; דאָס זוכמיטל װעט געפֿינען אָט די װערטער סײַ־װי־סײַ. צװישן יענע אותיות קענט איר לײגן די־אָ שפּאַלט: ' '. (דאָס איז אוניקאָד 202f). אָדער ניצט אַ געװײנטלעכן שפּאַלט; מיר קענען איבערקוקן שפּעטער.
  9. אין ראָשי־תּיבֿותן, װי, למשל, רש″י, רמב″ם, ל″ג בעומר, ניצט דעם סימבאָל ″ (אוניקאָד 2033).

פּראָבלעמאַטיק

עס זײַנען דאָ אַ שלל מיט אינטערעסאַנטע פּראָבלעמען. אָט איז אַ דערװײַליקע אױסלײז פֿון פּראָבלעמען:
  1. אױסלײג־סטאַנדאַרטן. אױב דער אָריגינעל האָט אַ ניט־רעקאָמענדירטן אױסלײג, לאָזט זײַן אַזױ. למשל, מיר װעלן אָננעמען „אַף“ װי געשריבן. נאָך אַ משל: לײגט ניט אַרײַן קײן מקף װוּ מיר װאָלטן אַזױ געשריבן, אָבער אינעם טעקסט אַלײן פֿעלט ער.
  2. אױף די זײַטן צוקאָפּנס געפֿינט זיך דער נאָמען פֿון דער מעשׂה אָדער דער נאָמען „שלום עלײכם“. אין יענע קאָפּ־שטיק איז בעסער אױסצומעקן די בלױזן.
  3. אױב אַ װאָרט שטײט איבערגעהאַקט צװישן צװײ שורות, האָט קײן מורא ניט. דאָס זוכמיטל קען שױן געפֿינען די גאַנצענע װערטער.
  4. געװײנטלעך לאָזן מיר אַ פֿאַלשן אױסלײג װי ער שטײט. אָבער אַ קלאָרן פֿאַל פֿון דרוקפֿעלערן מעגט מען פֿאַרריכטן. אױב דער זעצער פֿון טעקסט האָט געמאַכט אַ בולטן טעות, װי למשל אַן איבערגעהיפּערט שטיק טעקסט, קען מען פֿאַרריכטן דעם טעות.
  5. אױב עפּעס איז נאָך ניט קלאָר, איז פֿרעגט בײַ מיר (רפֿאל)!
אַ דאַנק פֿאַר אײַער טירחה!