פֿון רפֿאל פֿינקל
גאָפּל-מעסער, לעפֿל, גלאָז; 
הײסע בולבעס; גיב אַ בלאָז. 
שיט אָן זאַלץ און גיס אָן קרעם; 
פֿולע מײַלער, ניט זיך שעם. 
גאָפּל-מעסער, לעפֿל, גלאָז; 
עפּל-זאַפֿט ביז אין דער נאָז. 
מיט אַ שטרױ און מיט אַ שלופּ; 
פֿעפֿער, מערן, קנאָבל, זופּ.