ס'איז לויטער דער רוסישע סטעפּ

איציק פֿעפֿער (1900 — August 12, 1952)

[ווי ביילע גאָטעסמאַן זינגט דאָס ליד]

ס'איז לויטער דער רוסישע סטעפּ 
און איך בין אין סטעפּ נישט קיין פֿרעמדער. 
איך געדענק זייערע שיקסענע צעפּ, 
מיט שקצים אין רוסישע העמדער. 

           ווײַל איך האָב קיינמאָל אין דער פֿינצטער נישט געבלאָנדזשעט 
           בײַ מײַן קורצן שמייכלדיקן לעבן. 
           סע לאַכט אין מיר דאָס האַרץ ווען איך דערמאָן זיך 
           אַז איך טראָג אַ נאָמען נאָך אַ רבין. 

סע ווייעט אַזאַ סטעפּישער ווינט 
דורך די מאָסקווער טראַמווײַען. 
כ'וואָלט געוואָלט בײַ אַ שמייכלדיקן קינד 
דעם שמייכל אויף אייביק אַנטלײַען. 

           ווײַל איך האָב קיינמאָל אין דער פֿינצטער נישט געבלאָנדזשעט ... 

יעדעס שטיבל אַזוי קליין ווי אַ קינד 
און איך בין זייער ליבלעכער טאַטע. 
איך בין אָרעם און רײַך ווי דער ווינט, 
ווען ער בלאָנדזשעט פֿון כאַטע צו כאַטע. 

           ווײַל איך האָב קיינמאָל אין דער פֿינצטער נישט געבלאָנדזשעט ... 

מײַן קערפּער איז פֿריש און געזונט, 
געוווינט שוין צו רעגנס און שנייען. 
אומעטום וווּ איך שטעל מײַנע טריט, 
וועלן מענטשן נאָך גייען און גייען. 

           ווײַל איך האָב קיינמאָל אין דער פֿינצטער נישט געבלאָנדזשעט ... 

[אָריגינעלע טעקסטן] 

איך האָב קיין מאָל ניט געבלאָנדזשעט 

איך האָב קיין מאָל ניט געבלאָנדזשעט 
אין מײַן קורצן שמייכלדיקן לעבן. 
לאַכט אין מיר מײַן האַרץ, ווען איך דערמאָן זיך, 
אַז איך טראָג אַ נאָמען נאָך אַ רבין. 

נאָך דעם הייליקן ר' איציקל פֿון סקווירע 
האָט געוואָלט מײַן זיידע איך זאָל הייסן, 
איך זאָל דאַווענען און זינגען זמירות 
און צו טאָן האָבן מיט תּפֿילין און טליתים. 

איך זאָל זײַן דער גרעסטער גבֿיר אין שטעטל, 
און מײַן ווײַב זאָל זײַן די גרעסטע באַלעבאָסטע. 
האָבן טעג מיט נעכט זיך וואָכעדיק געביטן 
און געשוווּמען זײַנען יאָרן פּראָסטע ... 

האָט די זון געבענטשט מײַן לײַב מיט בראָנדזע, 
און מיט שלאַכטן און מיט לידער רינט מײַן לעבן. 
לאַכט אין מיר און קײַכט, ווען איך דערמאָן זיך, 
אַז איך טראָג אַ נאָמען נאָך אַ רבין. 

לידער און פּאָעמעס: ס'איז שיין די אוקראַיִנישער סטעפּ 

ס'איז שיין דער אוקראַיִנישער סטעפּ, 
און איך בין אין סטעפּ נישט קיין פֿרעמדער. 
איך געדענק זיי, די מיידלשע צעפּ, 
מיט די ייִנגלעך אין פֿאַרביקע העמדער. 

עס ווייט אַזאַ סטעפּישער ווינט 
און שורשעט מיט יום־טובֿ מיט נײַעם, 
כ'וואָלט געוואָלט בײַ אַ שמייכלענד קינד 
אויף שטענדיק דעם שמייכל אַנטלײַען. 

מײַ קערפּער איז פֿריש און געניט 
און געוווינט שוין צו רעגנס און שנייען, 
אומעטום, וווּ איך שטעל מײַנע טריט, 
וועלן מענטשן נאָך גייען און גייען. 

ס'איז שיין דער אוקראַיִנישער סטעפּ, 
און איך בין אין סטעפּ נישט קיין פֿרעמדער. 
איך געדענק זיי, די מיידלשע צעפּ, 
מיט די יוגנט אין פֿאַרביקע העמדער.