קלאַפּט אַרײַן אַהער טעקסט געשריבן מיט ייִװאָ ראָמאַניזירונג:
כּללים
- קלאַפּט אַרײַן מיט געװײנטלעכע ענגלישע אותיות, װי
di dozike por verter.
- ניצט קאָמבינאַציעס װי sh און ts און kh צו באַקומען
ש, צ, און
כ.
יענע אותיות זײַנען אױך בנימצא מיט w, c/C, און x/X.
- דאגהט זיך ניט װעגן לאַנגן נון און דאָס גלײַך.
- העברעיִשע אותיות זײַנען אױך בנימצא:
א=A,
בֿ=B,
ח=H,
כּ=K,
שׂ=W,
ת=S,
תּ=T
- כּדי צו שרײַבן „ און “ קלאַפּט ,, און '' (צװײ מאָל ').
- כּדי צו שרײַבן סה אָדער טס קלאַפּט s|h אָדער
t|s .
- כּדי צו שרײַבן וגמ קלאַפּט |ugm.
- אױב מע װיל טאַקע כ צום סוף פֿון אַ װאָרט, װי,
למשל, אין כ'האָב, קלאַפּט \ נאָך דעם אות: kh\'hob.
- כּדי צו שטעלן דעם לױפֿער אין אַ באַזונדערן אָרט, קענט איר אָדער געבן אַ קליק
מיטן מײַזל אָדער ניצן די קלאַװישן home און end.
- מען קען ניצן די װײַטערדיקע רעדאַגיר־קלאַװישן:
- <backspace>: אָפּמעקן אײן אות צוריק
- <ctrl-a>: אױסקלײַבן אַלץ
- <ctrl-c>: קאָפּירן דעם אױסגעקליבענעם טעקסט
- <ctrl-d>: אָפּמעקן אײן אות אין פֿאָרױס
- <ctrl-h>: אָפּמעקן אײן אות צוריק
- <ctrl-k>: אָפּמעקן צום סוף פֿון איצטיקער שורה
- <ctrl-u>: אָפּמעקן צום אָנהײב פֿון איצטיקער שורה
- <ctrl-v>: אַרײַנלײגן דעם קאָפּירטן טעקסט
- <ctrl-w>: אָפּמעקן צוריק צום אָנהײב פֿון װאָרט
- <delete>: אָפּמעקן אײן אות אין פֿאָרױס
- <end>: צום סוף פֿון איצטיקער שורה
- <home>: צום אָנהײב פֿון איצטיקער שורה
- <פֿײַל>: אַרױף, אַראָפּ, רעכטס אָדער לינקס, לױט דער פֿײַל