די נויט
מאַני לייב

אין ברוקלין אין אַ שטיבל, 
אָן ווענט און אָן אַ דאַך, 
האָט זיך געוווינט אַן אָרעמאַן 
מיט קינדערלעך אַ סך. 

און דאָרט בײַ זיי אין שטיבל 
איז ניט געווען קיין ברויט, 
ווײַל דאָרט, אין שטיבל, האָט מיט זיי 
געוווינט די גרויע נויט. 

דער אָרעמאַן פֿלעגט אויפֿשטיין 
אַז שלאָפֿן פֿלעגט די וועלט, 
און גיין צו פֿוס ביז אין ניו־יאָרק 
פֿאַרדינען עפּעס געלט. 

און אַז די זון פֿלעגט אויפֿגיין 
און ביז די זון פֿאַרגייט ―
די קינדער פֿלעגן וויינען שטאַרק: 
― אוי מאַמע, מאַמע, ברויט! 

די גרויע נויט פֿלעגט זיצן 
בײַם אויוון אויף אַ שטיין 
און זען אַלץ און פֿרייען זיך 
און שאַרפֿן מיט די ציין. 

די מאַמע פֿלעגט דאָס זען 
און וויינען שטילערהייט 
און טרייסטן אירע קינדערלעך: 
― וואָס דאַרפֿט איר, קינדער, ברויט? 

איר ווייסט דאָך, אַז דער טאַטע 
איז אין ניו־יאָרק אַוועק. 
ער וועט אײַך ברענגען פֿון ניו־יאָרק 
צוויי גרויסע, פֿולע זעק, ― 

צוויי פֿולע זעק מיט חלות, 
מיט עפּל און מיט ניס, 
מיט קיכעלעך און שאָקאָלאַד 
און טאָרט ווי האָניק זיס. 

די קינדער פֿלעגן הערן, 
זיי האָבן זיך געפֿרייט, 
און פֿלעגן שוין דעם גאַנצן טאָג 
ניט בעטן מער קיין ברויט. 

און שטילינקע און גוטע, 
געוואַרט ביז שפּעט בײַ נאַכט 
און זען צי דער טאַטע האָט 
צוויי זעק אַהיים געבראַכט! 

דער אָרעמאַן פֿלעגט קומען 
בײַ נאַכט, פֿאַרזאָרגט און מיד, 
און זאָגן צו די קינדערלעך: 
― הײַנט האָב איך גאָרנישט ניט. 

די קינדער נעמען וויינען: 
― אוי ברויט, אַ שטיקל ברויט! 
דער טאַטע שווײַגט, די מאַמע זיפֿצט 
און ווינטשט אויף זיך דעם טויט. 

די גרויע נויט בײַם אויוון ― 
זי זיצט זיך אויף איר שטיין, 
און זעט אַלץ און פֿרייט זיך אַלץ, 
און שאַרפֿט זיך אַלץ די ציין. 

נאָר איין מאָל האָט געטראָפֿן, 
געשלאָפֿן איז די וועלט, 
דער אָרעמאַן גייט אין ניו־יאָרק 
פֿאַרדינען עפּעס געלט. 

אָט ערשט איז ער פֿון שטיבל 
צו פֿוס אַזוי אַוועק, ― 
און פּלוצלונג קומט ער באַלד צוריק 
און טראָגט צוויי פֿולע זעק. 

צוויי פֿולע זעק מיט חלות, 
מיט עפּל און מיט ניס, 
מיט קיכעלעך און שאָקאָלאַד 
און טאָרט ווי האָניק זיס. 

און נעמט די קינדער וועקן, ― 
ער וועקט זיי און ער לאַכט: 
― שטייט אויף, איר ליבע קינדערלעך, 
זעט וואָס איך האָב געבראַכט! 

נו, האָט מען דאָס אין שטיבל 
אַ ביסל זיך געפֿרייט! ― 
נאָר ניט געפֿרייט האָט זיך מיט זיי 
די בייזע, גרויע נויט. 

פֿון שרעק איז זי געוואָרן 
אַ קליינע, קליינע גריל, 
און איז פֿאַרקראָכן אונטער דיל 
און האָט צעוויינט זיך שטיל.