‏שבֿועות־ליד

אָנטייל־נעמערס פֿון וואַרשטאַט אין ייִדיש־וואָך
קאָפּייק, ניו־יאָרק 2023

ווען פּסח איז שוין מיט פֿופֿציק טעג פֿאַרבײַ 
און דעם עומר טעגלעך אָפּגעציילט פּינקטלעך און געטרײַ 
קומט דער יום־טובֿ שבֿועות אויף אַ פֿרילינגדיקן ווינט 
און ברענגט מיט זיך די בלימעלעך און גרעזעלעך אַצינד. 

תּורה זיס ווי בלינצעס דורך דער גאַנצער נאַכט: 
זאָג אונדז דײַנע אוצרות, העלף אונדז בלײַבן וואַך. 
ווי רות געטרײַ איז נעמין, ביסטו אונדז געטרײַ 
קדמונותדיקע ווערטער קלינגען פֿריש און נײַ.  ‏