‫דער שירעם

קטלא קניא

שמעלקע האָט נישט געהאַט אַ ספּעציעלע סיבה אױפֿצושטײן פֿרי אױסער דעם אַז ער האָט זיך זײער שפּעט געלײגט גליטשנדיק אױפֿן נעץ ביז די פֿריִע שעות און אַז זײַן זײגער קלינגט אין זיבן קען קײנער נישט האָבן טענות. ער איז אַ מענטש. ער איז נישט מחויבֿ אַװעקצוגעבן פֿון זײַן צײַט װײַל ער האָט געדאַרפֿט גײן צו אַ חתונה, אַז ער דאַװענט נישט װען די לײדיקגײערס און די שײנע ייִדן דאַװענען װעמענס געשעפֿט איז עס װען ער האָט זיך געלײגט?

אַ פֿערטל פֿאַר זיבן האָט דער זײגער געקלונגען װען אױף די גרױסע דיגיטאַלע נומערן, די גדולה איז אַז מען קען זײ זען אָן ברילן, איך האָב זײ אַלע אין בױדעם, װאָס איז, איך טאָר נישט אױסטון מײַנע ברילן אין דער געשעפֿט? קוקן אַלע אַזױ. איך דאַרף עפּעס קױפֿן בלינדערהײט און שפּעטער זיך דינגען װײַל מען װיל מיר נישט צורעקגעבן מײַן געלט? די נומערן האָבן געװיזן זעקס אַכט און פֿופֿציק, זײער גוט כּדי לערבֿבֿ השׂטן. װאָס קװיטשעט זי אַזױ? ,,לעש שױן אױס דער זײגער דאָרט. װאָס צינדסט דו עס אָן אַז דו האַלטסט סײַ־װי נישט בײַם אױפֿשטײן?'' איך האַלט נישט בײַם אױפֿשטײן, אפֿשר נישט, נאָר זי האַלט.

,,דרײַ אַ זײגער ביסט דו נאָך נישט געװען אין בעט און שטעלסט אָן ס'זאָל קלינגען אַזױ פֿרי'' האָט שׂרה חנה געשריגן אַרומטאַפּנדיק פֿאַר איר טורבאַן.

,,איך האָב מיך נישט געלײגט אַזױ שפּעט, דער זײגער לױפֿט שנעל.'' גײ זײַ איר מסביר אַז רחמנא ליבא בעי און איך האָב יאָ געװאָלט אױפֿשטײן װען איך האָב אָנגעשטעלט דער זײגער. סײַ װי האָט זי נעכטן נאַכט געהאַט אַ קאָפּװײ.

שמעלקע האָט זיך אָפּגעגאָסן די הענט, זײ אָפּגעװישט אין זײַן דאָכענע, ע'מיר גײן כאַפּן אַ קטן. ס'איז אַ חורבן אַרױסצוגײן מיט פּעדזשאַמעס. דאָס לעכל אין די גאַטשעס לאָזט קאָנטראָלירן. מען קען צילן אינעם שיסל אַרײַן. מען קען אַרױף און אַראָפּ און רעכטס און לינקס. װי מיט אַ לײצע קען מען מאַכן דער פֿערד לױפֿן. ממילא אַז ס'מאַכט זיך און דער בחור גלײַכט זיך אױס קען מען זיך אָפּפּטרן אַפֿילו מיט די הענט הינטער דעם ריקן. די גױים האָבן נישט דעם פּראָבלעם. אין די געז סטײשנס װען מען שטײט מיט זײ אין זײערע ד' אמות ציִען זײ זיך נאָכן קטן אַז ס'איז נישט צו גלײבן. ס'איז זיכער נישט פֿאַר זרע לבֿטלה. װער װײסט? אפֿשר אונטער דער ערלה כאַפּן זיך אַרײַן טראָפּנס. אָבער מיט די פּעדזשאַמעס, װיפֿל מאָל איך זאָג שׂרה חנה אַז זײ טױגן מיר נישט קױפֿט זי זײ װידער, מען דאַרף מיט זײ אַזױ אַכטינג געבן. אײן שפּרינג פֿון דער גומי און ס'איז יום־טובֿ.

אַז ס'גײט נישט גײט נישט. װי דער שטײן אײדער שמעו נא המורים. ביזױ בזיונות װען ר' נטע האָט זיך געשטעלט דעמאָלסט לעבן מיר אין בית־הכּסא. ראש־השנה בײַ דער הפֿסקה איז עס געװען. אַ װאַרעמע ייִד, נישט דאָ װאָס צו רעדן. אָבער בשום־אופֿן איז עס נישט געקומען. איך בין שױן דאָרט געװען װען ער איז אָנגעקומען אָן זײַן שטרײַמל און גאַרטל און װען מען האָט אַרײַנגעהערט זײַן אַשר יצר ביז אינעװײניק בין איך נאָך געשטאַנען װי אַ קלאָץ. לא נס ליחה. די הענט האָב איך אָבער געהאַלטן פֿון הינטן. איך קען געבן אַ פֿלאָש, ס'איז אַ גוטע סגולה. שױן 'עט מען זיך פּוצן די צײן. װעלכע פֿאַרב באַרשטל איז נאָר מײַנס?

ער האָט אָנגעכאַפּט די גאַטשעס, איך װײס, בדיעבֿד קען מען זײ אָנטון נאָך אַ טאָג. מאַמי װאָלט מיך געגעבן אַ קיש אױף דעם. דאָס זענען זײ די ייִדישע מאַמעס, אַפֿילו אַ קיש מיז מען זיך פֿאַרדינען מיט זױבערע אונטערװעש. ער האָט זיך געגעבן אַ פּאַטש דאָס בײַכל נאָך ער האָט אָנגעטאָן זײַן אינטערהעמד מיט קורצע אַרבל װאָס איז אָנגעקומען ביזן האַלדז און עס אַרײַנגעשטעקט אין זײַנע גאַטשעס. מאַמי פֿלעגט געבן אַ צי די אונטערהױזן פֿון אױבן און מײַנע פֿיס האָבן זיך אױפֿגעהױבן פֿון דער ערד. אונטער די אָרעם האָט נישט געשמעקט פֿױגלדיק, איך װעל דאַרפֿן אין מקװה אַ טוש, לאָמיר נאָר האָפֿן דער װאַסער װעט נישט זײַן קאַלט, איך צאָל זײ געניג חודש געלט, און אַז מען נעמט צװײ האַנטיכער קומט ער שרײַען. און װיִאַזױ טרוקנט מען זיך אָפּ מיט אַ כּזית האַנטיך, אפֿשר װיל ער מיר זאָגן? דער קרוגן פֿון דער העמד? װײס איך? אױף נאָך אײן טאָג? נו, מהכי־תּיתי. ער האָט אַרױפֿגעצױגן זײַנע הױזן, געמאַכט זײַנע פֿיס װי אַ בריק, צוריק געשלײַערט זײַן טלית־קטן, דורכגעפֿודעמט דעם פּאַסיק דורכן שנאָל און געגעבן אַ צי. דער פֿאָדערשטער חלק פֿון זײַנע הױזן זענען אַרױסגעשפּרינגען אָבער דעם פּאַסיק האָט ער צונױפֿגעקאָרטשעט ביזן פֿינפֿטן לאָך װאָס האָט זיך געשפּירט אַביסל ענג, אַװדאי, ס'איז דאָך דער שבתדיקער פּאַסיק װעגן דער חתונה.

שמעלקע האָט אָנגעכאַפּט זײַן טלית און תּפֿילין פֿון דער שאַפֿע אינעם לאָבי, און ציפּענדיק דאָס זעקל װוּ דערין איז געלעגן דאָס בײַטל האָט ער געגעבן אַ שלעפּ. ס'זענען אַרױסגעפֿאַלן צװײ באַרשטלעך, װיפֿל מאָל איך בעט איר זי זאָל נישט לײגן זאַכן אױפֿן טלית־בײַטל. דאָס קען איך בײַ איר נישט פֿאַרשטײן. פּונקט װי דער שאַפֿע אין באָדצימער. אַז מען פֿאַרדעקט נישט דער שיסל פֿונעם בית־הכּבֿוד איז מובֿטח אַז װען מען נעמט אַרױס דאָס צײנבאַרשטל פֿאַלן אַרױס די קרעמען, אירע פֿאַרבן און די אױערן־קנאָספּן אינעם שיסל אַרײַן. שפּעטער האָט זי טענות אַז איך זעץ די פֿיס װען זי שלאָפֿט נאָך. דאָס האָב איך איר אױסגעלערנט אַז שבת אינדערפֿרי האָט מען אַ סעודה נישט לאָנטש, אָבער נישט אַרײַנשטאָפּן אַלע ספֿרים אין דער שאַפֿע אין דער װעלט אַרײַן און נישט אַרײַנװאַרפֿן שמות אין דער מיסט װיפֿל מאָל איך זאָג איר און זי כאַפּט נישט. "דו טו עס" כּאילו אײנס האָט מיטן צװײטן. פֿאַרלעכערטע און צעריסענע פּלאַסטיק װײַל מען פּאַקט אַלעס אױף דעם אַרױף. פֿעך! ס'קלעפּט. ביז װי לאַנג איך װעל מיך בײַ איר נישט בעטן װעט זי עס נישט געבן אַ װיש אָפּ, איך דאַרף אַלײן פֿאַרשטײן אַרױסצוטראָגן דער מיסט װען ס'פֿילט זיך אָן און אַרױסװאַרפֿן דאָס זעקל נאָך איך נאַש די לעצטע פּאָר טרױבן פֿון דער פֿרידזשידער. אָבער זי זאָל עפּעס פֿאַרשטײן, זה בלא.

* * *

שמעלקע האָט געװײנלעך געדאַװענט אין װיטעפּסק. ער האָט אַרױסגעטראָטן פֿונעם טיר און אַ טראָפּ איז אים אַרױפֿגעפֿאַלן אױפֿן נאָז און געשפּריצט אױף זײַנע ברילן. זע, איך האָב איבערגעלאָזט דער שירעם בײַם חתונה. װוּ האָב איך עס נאָר געלײגט? ס'איז נישט מעגלעך געװען אַרײַנצוגײן מיט אַ רױטע שירעם. נישט דאָרט. נאָױ װײ. כּזיתים חלה לעבן דער נטילת ידים און אַ מחיצה ביז אין דער גאַס. מירי מערמלשטײן האָט אָבער גוט געטאַנצן. שׂרה חנה װעט שױן האָבן אױף װאָס צו פֿאַרפֿירן. אירע שירעם. ביזױ בזיונות, כ'האָב געדאַרפֿט אַהײמבאַגלײטן דעם קאָלאָמײַער דײן מיט אַ רױטע שירעם?

שמעלקע האָט געװוּסט אַז אין װיטעפּסק װעט נישט זײַן אַ מנין. זלמנאָװיטש װעט שטײן אױפֿן װינקל און פּגען מענטשן זײ זאָלן אַרײַנקומען. ,,טו אַ מיצװה, גײ נישט אַװעק.'' אַ ייִדישע עקשנות. ער זעט נישט אַז ער האָט נישט מנין? ,,נײן, נײן, ס'װעט זײַן, װעסט זען ס'װעט זײַן.'' װיִאַזױ ער שעמט זיך נישט איז נישט צו גלײבן. מענטשן קוקן פֿון אים אַװעק. מײנסט טאַקע, פֿאַרדעם ציט ער דער נאָז און מאַכט פֿאַקסן אַ גאַנצע דאַװענען. שױן, ע'מיר גײן אין צור־ישׂראל.

אין װיטעפּסק איז נאָר געװען אײן מנין און אַ קלײנע מנין און מען האָט נישט פֿאַרדרײט אַ קאָפּ און מען האָט געקענט אָפּדאַװענען אָן זיך צו בײזערן בײַ ישתּבח און בײַ דער הױכער שמנה־עשׂרה אַז דער בעל־תּפֿילה גיט זיך נישט אַ שאָקל. אין צור־ישׂראל ציט מען אַז ס'איז שרעקלעך. װי אַזױ מענטשן האָבן געדולד אַזױ לאַנג צו דאַװענען איז נישט צו פֿאַרשטײן. אין ישיבֿה־קטנה איז עס אָבער געװען געדאַװענט. אַ שאָד יענער מאָל װען איך האָב בטעות געענטפֿערט אַ הילכיקן אָמן נאָך וכשנים קדמוניות פֿון דער יהי רצון נאָך ר' ישמעאל אומר. פּונקט האָט ר' נטע געדאַרפֿט דאָרט זײַן. ס'איז געװען דער תּקופֿה װען שמעלקע האָט אױפֿגעהערט זיך צו שאָקלען און ער פֿלעגט אױסציִען זײַן האַלדז זיך צו קאָנצענטרירן צו קענען אין זינען האָבן דער כּװנה פֿון יעדער שם־הויה אַז היה הוה יהיה און אלקים אַז שהוא תּקיף ובעל היכולת ובעל הכּוחות כּולם עילת העילות וסיבת הסיבות. ר' נטע, דער לײגער און דער משפּיע װאָס פֿלעגט שמועסן מיט די בחורים פֿאַר זײ האָבן זיך געלײגט שלאָפֿן און מיט װעם שמעלקע האָט זיך געהאַלטן גאָר נאָנט װײַל די עלטערע בחורים האָבן אים געזאָגט װען זײ זענען אַהײם געקומען אױף פּסח אַז 'מען קען פֿון אים נאַשן' װאַרעמע װערטער און חיזוק אין עבֿודת־השם, פּונקט ער איז געװען אױף יענער שחרית און ער האָט געזען נאָכן הױכן אָאָאָאָאָאָמײן, אַזױ אַרױסגעזאָגט אַז ס'זאָל נישט זײַן אַן אָמן־יתומה אָדער אָמן־אַלמנה, האָט ער געזען װי שמעלקע לענט זיך אָן אױפֿן טיש אײַנצוזאַפּן די בושות. הײַנט איז אפֿשר בעסער לאַנג צו דאַװענען. שׂרה חנה װעט פֿון מיר פֿאַרלאַנגען דער שירעם און מאַכן קולות. ,,ביסט אַ שלימזל'' װעט זי שרײַען, ,,נישט נאָר דו ברענגסט גאָרנישט אַרײַן נאָר דו פֿאַרלירסט װאָס מיר האָבן שױן. מער באָרג איך דיר גאָרנישט.'' סײַ װי האָט זי מיר געבעטן פֿרי אַהײמקומען איז לאָז זי אַביסל טאַנצן. זאָל זי כאָטש אַמאָל האָבן אױף װאָס צו שרײַען.

דאָס איז דער חורבן פֿון חתונה האָבן מיט אַ נישט הײמישע. שמואל דוד, זײַן פֿרױ װאַרט אים אָפּ יעדן אינדערפֿרי מיט אַ פֿרישטיק, דאָנערשטיק באַקט זי אײגענע חלות און ראָגעלעך און אױף שמואל דודס קלײדער קען מען שמעקן אינדערפֿרי װאָס מען האָט אים אָפּגעקאָכט אױף נאַכטמאָל. און זי גײט אַ מענטשלעכע פּאָנזעלע און טורבאַן. שׂרה חנה װיל נישט. זי קען נישט פֿאַרשטײן אַז איך קען נישט אַהײם קומען צו אַן איבערגעדרײטן שטיב. װאָס קען זי נישט מאַכן די ייִנגלעכס פּאות? זי קען נישט געבן אַ דרײ זײ זאָלן האָבן אַ הײמישע צורה? איך קען נישט האָבן הײמישע פּנימער און אַלץ װײַל איך בין אַלט געװען דרײַ און צװאָנציק אַ האַלב װען איך האָב חתונה געהאַט? פֿאַרדעם מוזן מײַנע העמדער הענגען אין דער שאַפֿע אומגעביגלט װײַל ס'קומט איר אָן שװער צו ביגלען און זי האַלט נישט פֿון גױטעס. זי האַלט נישט, זאָל זי עס טון. און אַז דער װעקער־זײגער קלינגט שבת אין דער פֿרי בין איך שולדיק. ,,פֿאַרלעש עס שױן'', קװיטשעט זי. איך דערמאַן איר אַז ס'איז שבת. ,,איז לײג עס אין דער לעדל, דעק עס צו מיט האַנטעכער, לײג עס אינטער דײַן קישן, לאָמיך שױן שלאָפֿן.'' און אַז דער פּלאַטע פֿאַרלעשט זיך און דער טשאָלנט איז קאַלט, ,,גאַנץ פֿרײַטיק שטײ איך אױף די פֿיס אַז דו זאָלסט אַפֿילו נישט קענען אָנשטעלן דער פּלאַטע געהעריק.'' פֿאַר אירע משוגענע טשאָלנט מיט מײערן און סעלעריע.

אָן אַ שירעם איז שמעלקע געלאָפֿן ביז צור־ישׂראל. אױפֿן הוט האָט ער אַרױפֿגעלײגט דער פּלאַסטיק פֿון זײַן טלית־בײַטל, מען קען מיך נישט דאָרט אַזױ גוט און מען װעט שױן קוקן אױף מײַן נאָמען אױפֿן בײַטל, ער האָט צוזאַמענגעקנײטשט אַלע זײַטן פֿון דער זעקל אַרײַן אין דער לאָך װוּ זײַן קאָפּ האָט געדאַרפֿט אַרײַנגײן און עס שנעל אָנגעטאָן אַז דער פּלאַסטיק זאָל נישט אַרױסשפּרינגען פֿון דער צװײטער זײַט, אָן צו באַמערקן אַז פֿון פֿאָרנט האָט ער רעקלאַמירט ,,בהשגחת האדמו"ר מלאָװאָלע''. מען קען דאָך דאָ נישט גײן, אַזױ פֿיל מיסט. אין גוש אמונים און גוש קטיף דאָרט קען מען אַװדאי אַרױסגײן. עקיבֿא האָך איז אַלײן געקומען צו מיר אַהײם מיר בעטן איך זאָל פֿאַר אים װעלן, אַ גאַנץ יאָר זאָגט ער מיר אַפֿילו נישט גוט שבת, איז ער װידער אױפֿן ראַדיאָ װעגן דיסענגײדזשמענט. אפֿשר נעמט ער שױן צאַם דער מיסט אַ ביסל. אַז איך װעל אים זאָגן װעל איך האָבן אַזאַ פּנים װי שׂרה חנה. אירע דאגות. אַז מען זאָל געבן איגערקעס און גרינס פֿאַר מיטאָג פֿאַר די קינדער אַזױ װי די טעג װען די אינספּעקטאָרס קומען. זי מײנט װײַל זי איז נישט אַ הײמישער מיז זי עס אַרױסשרײַען.

שמעלקע איז נאָך געװען אין דער רעקל װאָס ער האָט אָנגעטאָן צום חתונה. לײבל װעט שױן געבן אַ צופּ, ,,שמעלקע, מען טראָגט דיך עפּעס אָן?'' און שׂרה חנה װעט שרײַען ,,װאָס האָסט דו נישט גענימען אַ קאָוט?'' קירשנבױמס הױז בױט זיך נישקשה אױף. פֿאַרפֿאַלן, ער אַרבעט שװער און ער פֿאַרדינט. מײנסט טאַקע, זײַן שװער זאָגט מען פֿאַרמאָגט גאַנצע בלאָקס אין דזשױרזי־סיטי און ער קירשנבױם זאָגט דער עולם איז פֿױל. פּונקט װי שׂרה חנה. איך גײ נישט אַרבעטן, זאָגט זי, איך זיץ אין דער הײם. גאַנץ װײניק פֿאַרשטײט זי אַז אַ דײ טרײדער פֿאַרלאַנגט נערװן און ייִשובֿ־הדעת און װען איך מאַך אײן גוטן געשעפֿט פֿאַרדין איך אין אַ טאָג װאָס זי אין אַ יאָר. זי מיט אירע קינדער. אַ גאַנצע מבֿינטע איז זי מיר אױף חינוך. אַ דיפּלאָמאַ האָט זי אין קאָפּ אַרײַן און אױף אסתּר רײַזי הערט זי נישט אױף צו שרײַען און חײם און מױשי האָבן שטענדיק צופּלאָשעטע פּאות. װאָס קען זי נישט פֿאַרנעמען אַז אסתּר רײַזי רעדט װי אַ באָראָ־פּאַרקער? האָט זי געזאָגט ,,בײַ'' רחלע כּאילו מען פֿאַרשטײט נישט װאָס זי מײנט. מײַנע בראָױקערס פֿאַרשטײען דען נישט װאָס איך זאָג זײ? אַ געשעפֿט װעלכע װערטער מען ניצט אַבי מען פֿאַרשטײט זיך. אױפֿגעקלערטע חכמטע און דער טלית־בײַטל איז אַן עקל. גאָרנישט טוען זײ אין דער הײם און מען קען זײ נישט זאָגן אַ װאָרט.

הײַנט װעל איך טאַקע מיזן מאַכן אַן אַפּותּיקי, ס'איז שױן נישט קײן חכמות.

אין צור־ישׂראל האָט מען זיך געשטעלט אַ זײגער זיבן און שמעלקע איז אָנגעקומען אַ פֿערטל נאָך און מען האָט נאָך געהאַלטן בײַ תּנו־רבנן. אַזעלכע שלעפּערס. שמואל משה דאַװענט שױן אױך דאָ? איך געדענק אים דען נישט װען ער איז געװען אַ שװאַנץ שבשװענץ, געגאַנגען זוכן דעם דיקסטן גאַרטל אין שטאָט און הײַנט האַלט ער שטאַרק פֿון דער אַרצקראָל־סידור. מיט אַזעלכע שלעפּערס קען מען כאַפּן אַ מקװה און זײ װעלן נאָך האַלטן ברוך־שאָמר. גײענדיק אַרױס האָט זיך שמעלקע אױסגעגליטשט אױף װאַסער אױף דער ערד, זיך געװאַקלט און זיך באַלאַנסירט אָבער נישט פֿאַר ער האָט זיך אַרײַנגעקלאַפּט אין שירעמס װאָס זענען געלעגן אױפֿגעעפֿנט אױף זיך צו טריקענען. װאָס קוקט ער אַזױ? שײנע ייִדן גליטשן זיך נישט אױס? דאַװענען װי משוגעים אָבער אַ שירעם קענען זײ נישט געהעריק אַװעקשטעלן. דער שירעם דאָ זעט אין גאַנצן אױס װי שׂרה חנהס. ס'איז אַ מעלה אַז דאָ שעמט מען זיך נישט מיט דעם. װער װעט מיר דען זען? ס'קען אַרײַנגײן אין מײַן טלית־בײַטל. זײַן טלית־בײַטל האָט ער איבערגעלאָזט אין דרױסן פֿון דער מקװה אױף דער האַנטעך־טיש מיט דער נאָמען אױסגעדרײט צום װאַנט.

אין מקװה האָט זיך שמעלקע אױסגעטאָן ערשט די שטרימפּ און זײ אַרײַנגעלײגט אין זײַנע שיך, דערנאָך האָט ער זיך אױפֿגעמאַכט דער פּאַסיק, אױסגעטאָן און אַרױפֿגעלײגט די הױזן אױפֿן העקל, אױף זײ האָט ער אױפֿגעהאָנגען די גאַטשעס, זײַן טלית־קטן, זײַן העמד און זײַן אונטערהעמד. ער האָט אױסגעשפּרײט זײַן האַנטעך אױפֿן באַנק, אײנער װעט זיך נאָך געבן אַ זעץ דװקא דאָ, ער האָט אַרױפֿגעלײגט זײַנע ברילן אין מיטן דער האַנטעך און אױף זײ זײַן יאַרמלקע װי אַ קופּאָל און געגאַנגען כאַפּן אַ טוש. דער בחור איז סמוך ולא נראה, בײַם עמידה זעט מען גאָרנישט אױסער דאָס בײַכל װאָס הערט נישט אױף צו װאַקסן.

װי טוש װען טוש, ס'רינט דאָך קױם. דאָס איז דער חילוק צװישן חסידים און די געװאָרענע. זײ קענען דאַװענען װי מלאָכים אָבער אַ טוש? אױף מים־אַחרונים איז עס אױך אַ לצנות און, שיו, ס'איז קאַלט, די רשעים, אַװדאי, מען טאָר זיך נישט טושן פֿאַרן דאַװענען. דאָס פּאַסירט װען די אױטאָ־חבֿרה קלעפּן זיך אָן אין די חסידים. זענען מקפּיד אױף לא־תגנובֿ און רעדן חלילה נישט בײַם דאַװענען אָבער אַ װאַרעמע טוש נאָך איך בין דורכגענעצט פֿון דער רעגן װעלן זײ מיר נישט פֿאַרגינען. נישט אימזיסט רופֿט מען די צור־ישׂראלניקעס ,,צרות''.

שמעלקע איז אַראָפּגעגאַנגען די שטיגן פֿון דער מקװה, אַ מחיה, אַאַאַ אַאַאַ ס'ברענט אַאַאַ. דער װאַסער איז אים אָנגעקומען ביז צום נאָפּל און ער האָט זיך כּמו אַװעקגעזעצט אַז דער װאַסער זאָל אָנקומען ביז זײַנע ליפּן. זײַן אַרױסגעלאָזטע באָרד איז אַרױפֿגעשװוּמען און ער האָט עס געגלעט און אַרױסגעצױגן די װײַסע האָר און די האָר מיט צעשפּאָלטענע עקן. איך דאַרף שױן באַלד טאָן שידוכים און מײַן נאָמען האָט נאָך נישט ערשײַנט אױף אײן קבלת־פּנימצעטל. איך װעל מוזן צוריקרופֿן שלומה חײם אים זאָגן װעגן דער גרינװאַלד שידוך. די חוצפּה פֿון די אױטאָ־חבֿרה. איך זאָל נאָר מאַכן דעם אָנשטעל פֿון אַ פּאָר דאָלער װאָלט מען מיר נאָכגעלאָפֿן, װאָס איז חײם זעליג מער פֿון מיר? און ער האָט באַקומען יאָסל װײַנבערגערס בחור. שׂרה חנה זאָגט אַז ער זעט אױס װי אַ בײבי. זי האָט צו רעדן. װיפֿל מאָל האָב איך איר געבעטן אַז זי זאָל נישט פֿאַרדרײען אַ קאָפּ פֿאַר די מלמדים און זי איז דװקא געגאַנגען שרײַען. האָט ער געצױגן פֿאַר שמואלי אַן אױער. ס'איז גאָלד קעגן װאָס מען האָט מיר געטאָן. דער רבי האָט געזאָגט יעדער זאָל האַלטן דער פֿינגער אױפֿן פּלאַץ און אײן מאָל האָט ער מיר געכאַפּט מיטן האַנט אױפֿן אותו מקום האָב איך דערפֿאַר געכאַפּט מכּות. נישט װײַל איך בין געװען אַ חזיר. איך האָב פּשוט געדאַרפֿט. און װער האָט געשריגן פֿאַר מיר? מען װאָלט מיך געקענט הרגענען און טאַטי װאָלט געזאָגט, ,,איך װעל דיך נאָך צוגעבן.'' יעצט האָט זי צו לעקן.

װײקנדיק האָט ער גענומען פֿון דער זײַט פֿון דער מקװה דער זיפּ און דורכגענעצט דער אױבישטער חלק פֿון דער װאַסער פֿון האָר און שופּן. זי האָט נאָך געװאָלט איך זאָל שרײַבן די ראָשי־הקהילה אַ בריװ װען שמואלי האָט זיך פֿאַרקלעמט דער פֿינגער אין דער טיר. בײַ מנחה־מעריבֿ װאָלט איך יעדן געלעגן אױפֿן צונג. ,,זי מײנט זי'ז דער אײנציקסטער מיט אַ קינד.'' ,,אַ שנאָבל־חיה רעה, װען ער'ז מײַנס װאָלט ער שױן אײנמאָל געכאַפּט.'' און זײ זענען גערעכט. װאָס קען ער נישט זיצן בײֶַם טיש און זינגען קה רבון? פֿרעג אים עפּעס װעגן דער סדרה, װער איז געװען עשׂוס ברודער? און ער װײסט נישט. װען שׂרה חנה זאָל נאָר האַלטן פֿון אַ ביסל לערנען בלק װאָלט איך אים שױן אײן מאָל געװיזן. איך הײב אָן זאָגן אַ דבֿר־תּורה בײַם טיש זינגט ער מיר אַרײַן יום זה מכובד. און זי װיל איך זאָל גײן צום דײן װעגן דער טיר. װוּ איז איר שׂכל? ער װעט מיר זאָגן ,,גײ שװענק עס אָפּ מיט װאַסער'' און איך װעל אים זאָגן, ,,ס'האָט פּאַסירט שבת,'' װעט ער ענטפֿערן ,,נו, איז װאָס װילסט דו יעצט?'' און איך װעל אים זאָגן אַז מען דאַרף פֿאַררעכטן דער טיר און ער װעט זאָגן, ,,נו, גײ רעד מיטן גבאי.'' װאָס דאַרף ער טאַקע טאָן? ער האָט זיך אַראָפּגעלאָזט די פּאות פֿון אַרום זײַן אױער און מיט בײדע הענט אָפּגעשטופּט די שװימענדיקע שטיקלעך, געלײגט אַיעדער פֿון זײַנע גראָבע פֿינגערס צו פֿאַרשטאָפּן זײַנע אױערן און אױסגעצױגן אַיעדער פֿון זײַנע לאַנגע פֿינגערס צוצוקװעטשן בײדע זײַטן פֿון זײַן נאָז, זיך אײַנגעטונקען פֿיר מאָל און אַרױס.

ער האָט זיכער געמאַכט אַז דער אונטערשטע קעשענע פֿון זײַנע הױזן איז נאָך אָנגעבלאָזן מיט זײַן בערזל און אָנגעטאָן זײַן יאַרמלקע, זײַנע ברילן און דערנאָך אױפֿגעהױבן זײַן יאַרמלקע מיט אײן האַנט בשעת ער האָט געטריקנט זײַן האָר מיטן האַנטעך. אָנגעטאָן, האָט זיך שמעלקע אַװעקגעזעצט אױפֿן באַנק, אַרױפֿגעלײגט אײן פֿיס אױפֿן צװײטן און געטריקנט צװישן די קלײנע פֿינגערלעך פֿון זײַן פֿיס. אַאַאַ געב נאָר אַ קוק. אַ גוטן קראַץ, דער בני ישׂשׂכר האָט געװוּסט װאָס ער זאָגט װען ער האָט דאָס פֿאַרגליכנט צו לא־תנאף. און לא־תנאף פֿון װוּ האָט ער געװוּסט? שױן מען טאָר אַזױ נישט קלערן, דער הײליקער רבי ר' הערש מלך. די הנאה האָט אים מחזק געװען צו פֿאַרזוכן אַן אַנדרע װינקל װוּ אױף אַ גוטן טאָג איז דאָ אַ סך פּאַשע. ס'שײלט זיך אַ מחיה, און מיט אַ צאַמגעצױגענער פּנים און אַן אָפֿענער מױל האָט ער צאַמגעדריקט די שפּיץ פֿון זײַנע צװײ נעגל אױף דער הױט, נאָך אַ מזל ס'איז דאָנערשטיק האָב איך עפּעס נעגל. מיט דער ריקן פֿון זײַן האַנט האָט ער אָפּגעװישט דער שפּײאַכץ פֿון זײַן באָרד און אָנגעטאָן זײַן רעקל מיט בלױז אײן אַרבל זיך אײַנשפּאָרן צײַט בײַ תּפֿילין לײגן.

אַרױפֿקומענדיק מיט אַ הינקעדיקע טריט קומט צו אים צו אַ ייִד, ,,דאָרט האַלט מען שױן בײַ די הללו־קאָס, אין װײַבערשיל שטעלט זיך אַ מנין.'' שױן װײַטער די פּגעים, ,,איך װעל מיך גײן װאַשן די הענט און זיך מיטכאַפּן, כּל הנשמה איז מיר פּונקט גוט.'' ער איז געגאַנגען צו דער קראַן, זיך אָפּגעגאָסן די הענט, געשמעקט דער האַנטעך און אַרײַן אין ביהמ"ד אױפֿמאַכנדיק דער טיר מיט זײַן עלנבױגן כּדי נישט נאַס צו מאַכן דעם קליאַמקע. שטופּנדיק דער טיר גיט אים אַ ייִד שלום־עליכם, דער משוגענער מיז מיר געבן שלום פּונקט װען איך האָב נאַסע הענט, ,,איך בין אַ היגער.'' שמעלקע האָט זיכער געמאַכט אַז זײַן היטל איז אױף זײַן קאָפּ, שבת איז בעסער, אַז מען קוקט אַרױף מיט די אױגן קען מען באַלד זען די שטרײַמלהאָר, ער איז צוגעגאַנגען צו דער נענסטער טיש, גערוקט אַ פּאָר טלית־בײַטלעך צו אַ זײַט, אַ האַלבע טיש מיזן זײ אױפֿנעמען, אַרױסגענומען זײַן גאַרטל, און עס געבונדן אַראָפּ־צו אונטער זײַן געשװאָלענעם בױך און זיך אַרױסגעצױגן זײַן סידור און עס געלײגט איבער זײַן נאָמען. באַלד נאָכן תּנאָים האָב איך שׂרה חנהן געבעטן אַז אױפֿן טלית־בײַטל זאָל זי בלױז אױסהאַפֿטן מײַנע ראָשי־תּיבֿות האָט זי געמיזט קױפּן װאָס דער ספֿרים־געשעפֿט האָט געזאָגט אַז ,,אַלע האָבן דאָס'', און זי האָט נישט געקענט װאַרטן מיר צו דערצײלן נאָר באַלד נאָכן חופּה און פֿאַר דעם מיר קאַליע מאַכן מײַן ייִחוד־שטיבל. ר' נטע האָט מיר געהײסן פֿרעגן װי אַזױ זי האָט געפּאַסט באַלד נאָכן קיש, און ביז הײַנט האָט זי טענות אַז איך האָב געצױגן מיטן נאָז. איך האָב איר נישט געהאַלטן בײַם קישן נאָך דעם. סײַ װי דער קישן װאָלט געװען װי פֿאַלן כּורעים אױף יום־כּיפּור, װײַל אין מחזור שטײט ,,כּאן נופֿלים כּורעים.''

דער טלית איז אָנגעקומען אױפֿן פּלײצע מיט אַ ,,ברכי נפֿשי.'' וכּשם שאני מתכּש בטלית בעולם הזה האָט זיך שמעלקע אונטערגעזינגן מיט זײַן טאָג טעגלעכע ניגון בשעת ער האָט מיט זײַן רעכטע האַנט געצױגן זײַן לינקן אױערלעפּל און זײַן לינקע האַנט האָט אַרומגעדרײט דער פּאה אַרומען אױער. מיט זײַן קלײנע פֿינגער האָט ער אױפֿגעשטאָפּט זײַן אױער פֿון דער מקװה־װאַסער און נאָך בודק זײַן זײַן פֿינגער האָט ער בודק געװען די קנופּן פֿון די ד' כּנפֿות, זיך אײַנגעװיקלט אין זײַן טלית און צוריקגעשמיסן די ציצית, ,,גיבט אַכטינג'' האָט אַ פֿאַרבײַגײענדיקע ייִד געגעבן אַ שרײַ און שמעלקעס מה־יקר האָט געדױערט מיט אַ פּאָר מינוט לענגער, האַ, ער קען נישט װיסן װער איך בין. ער האָט אַרײַנגעשטעקט זײַן פּנים אינעם טלית־בײַטל, דער שירעם איז גאָר שמואל משהס, ס'מיז זײַן, ס'שטײט דאָ פֿעלבערבלום אױף פֿופֿצן, דרײַ־און־פֿופֿציק, און אַרױס איז געקומען זײַן רש־תּפֿילין. דער פֿאַרשאָלטענער זיפּער װערט מיר יעדן טאָג פֿאַרהאַנקעט, און ער האָט געגעבן אַ קוש פֿון אױבן דער של־יד, אַראָפּגעטראַסקעט די רצועות אױף אַ באַנק און זײ אױסגעגלײַכט צװישן זײַנע פֿינגערס, גערוקט זײַן קאָפּ צו דער זײַט און מיטגעשלעפּט זײַן גאַנצע קערפּער אױפֿצוהײבן זײַן האַנט הױך אין דער לופֿט אױף אַרױפֿצוציִען דאָס אַרבל פֿון זײַן העמד. ער האָט געדרײט די רצועות זיבן מיט אַ האַלב מאָל און געצײלט מיט די פֿינגער פֿון דער אַנדרע האַנט צװײ מיט אַ מאָל טראַכטנדיק ,,פּותח את, ידיך ומשׂביע, לכל חי, רצון,'' אַרױפֿגעװאָרפֿן דעם של־ראָש אױפֿן קאָפּ און אַרױפֿגעריקט דער טלית אױף צו מאַכן אַ ברכה, דער טלית צוריק אױפֿן פּלײצע האָט ער דורך זײַן יאַרמלקע אױסגעצױגן די רצועות אױפֿן קאָפּ, געגעבן אַ רײַב אָפּ די הענט אױפֿן טיש אין פֿאַל אַז ער האָט זיך געגעבן אַ קראַץ אין קאָפּ, געדרײט אױף די פֿינגער וארשׂתּיך און ער איז געשטאַנען גרײט װי אַ זעלנער אָן װיסן װעם צו שיסן.

* * *

,,נו אפֿשר קימט איר בײַ מיר דאַװענען. איך בין אַ חיובֿ. איך זאָג אײַך צי אַז מען װעט בײַ מיר ענדיקן נאָך פֿאַר זײ.''

,,אַלעדיקט איך קים.''

,,איז זײַט אַזױ גיט און קימט אַרױף אין װײַבער שיל.''

דאָס זענען זײ די אױטאָ־חבֿרה. פֿריִער האָט ער נישט געזאָגט אַז ער'ז אַ חיובֿ, ער האָט מיר געװאָלט מזכּה זײַן מיט אַ מנין. נאָר מיצװות זיכן זײ צו געפֿינען. אפֿשר אַ פּרנסה, עפּעס אַן אומנות קלה ונקײה, דאָס נישט. ער האָט אָנגעכאַפּט זײַן טלית־בײַטל און עס געהאַלטן װי אַ רינשטאָק אַז זײַנע שײדלעך און זײַן סידור און דער שירעם זאָלן נישט אַרױספֿאַלן און ער האָט זיך אײַנגעבױגן אַז זײַן טלית זאָל זיך פֿון אים נישט אַראָפּגליטשן. גײענדיק צום טיר האָט ער זיך כּמעט אַרײַנגעקלאַפּט אין שמואל משה אױף זײַן װעג צו די פּושקעס אַרײַנצוּװאַרפֿן געלט בײַ ואתּה מחיה את כּולם. אױף דעם איז ער אַ מחותּן, קומט אַהער װײַזן די חסידים אַז ער איז צו ערנסט פֿאַר זײ אָבער דאָ פֿאַרפֿירט ער מיט די משוגעתן. װער געדענקט אים נישט פֿון חדר, זײַן טאַטנס געפֿילטע פֿיש פֿלעגט ער ברענגען צו די קינדער טועם צו זײַן אַז מען זאָל בעטן די מאַמעס זײ זאָלן עס קױפֿן. הײַנט מײנט ער אַז ער האָט אַ פּאָר דאָלער קען ער שױן װערן אַ גאַנצער שײנער ייִד כּאילו איך געדענק נישט װען ער האָט זיך באַמאַכט בײַם ערשטן טאָג בײַ ר' זלמן. איך האָב בר־מיצװה געמאַכט האָט ער מיר עפּעס אַרײַנגעשיקט, אױף דעם מיז איך פֿאַרלײַדן זײַן לעכטיקן גוט שבת פֿון דער צװײטער זײַט גאַס. ער מאַכט עס אָבער גוט. ער לײגט נישט אַראָפּ זײַן קאָפּ ביז אַזױ צען פֿיס פֿאַרן זיך באַגעגענען און דערנאָך אַ שאָקל מיטן קאָפּ. פֿון װען ער זעט מיר קוקט ער מיר אַרײַן אין די אױגן, שמײכלט, שאָקלט מיטן קאָפּ און זאָגט אײן מאָל גוט שבת און אַז ס'פֿעלט אױס זאָגט ער װידער.

שמעלקע האָט זיך אױסגעװעלט אַן אַלקיר אױפֿן דרום־װאַנט װוּ ער האָט זיך אַרײַנגעזעצט און אָנגעהױבן אַדון־עולם, געגעבן אַ גענעץ בײַ ואל־תּביאנו, און בײַ לא לידי נסיון איז זײַן מױל געװען אין גאַנצן אָפֿן אַז זײַנע שכנים האָבן געהערט ,,ניסאַאַײַון.'' אַז מענטשן האָבן זיך אױסגעדרײט האָט שמעלקע צוגעלײגט זײַן פֿאַררצועהטע האַנט צו זײַן מױל און זיך באַגראָבן אין זײַן סידור לעקנדיק דער רצועה, עס געטריקנט אױף זײַן נאָז און געשמעקט. הלװאי זאָל איך שױן אַ מאָל האָבן אַ געזונטן נסיון, אַ קלינגעדיקס, אַזױנס װאָס מען זעט אױפֿן סאָבװײ, אַזאַ ריכטיקס װאָס מען קען אָנטאַפּן בידײם, װאָס זײערע קלײדער זענען אַזױ קלײן אַז די רצועות פֿון זײערע בית־רײש־אַלף שטעקן זיך אַרױס. װען דער יצר הרע זאָל טאַקע אינטערעסירן אַז איך זאָל זינדיקן װאָלט ער מיר צוגעשטעלט אַ פּאָר אַזעלכע נסיונות. נישט חלילה זינדיקן, כּמכּחול בשפֿופֿרת זיכער נישט, און ־־־ װידער גענעצנדיק ־־־ איך װאָלט נישט געדאַרפֿט אױפֿזײַן אױפֿן װעב װען די פֿײגלעך זינגען שױן. װאָס קוקט ער מיר אַזױ אָן יענער בהמה? כאַ, ער גענעצט אַלײן.

ה' הושיעה המלך יענינו ביום קראינו, אַשרי יושבֿי ביתיך, איך קען נישט האַלטן אַזױ שנעל בײַ אַשרי, כ'האָב דאָך קױם אָנגעהױבן. זײַן סידור איז נאָך געװען אױפֿגעמישט צו ומדינה־של־גיהינום און דער עקידה. איך האָב מיך זיכער נאָך נישט אױפֿגעהױבן צו ברוך־שאָמר און ס'קען נישט זײַן אַז איך האָב פֿאַרגעסן אַז איך האָב געקושט די ציצית, אלא מאי איך האַלט נאָך בײַ הודו. זוכנדיק זײַנע ציצית פֿאַר ברוך־שאָמר האָבן זײַנע שליסלעך אױסגעקלונגען און ער האָט געגעבן אַ טאַפּ זיכער מאַכן אַז דער בערזל איז נאָך בײַ אים. פֿאַר אַ שװאַרץ יאָר, איך האָב נאָך אָן די הױזן פֿון דער חתונה. װאָס שטעקט אָבער דאָרט? נחמן האָט געהאַט דער חוצפּה צו קוקן בײזערהײט װען איך האָב גענומען אַ סערװעטל פֿון זײַן טיש, ער מײנט איך האָב נישט געזען װי ער האָט אַרײַנגעלײגט דרײַ בענטשערס אין זײַן ביזעם־טאַש. דער מעלױנע איז אָבער געװען אױסערגעװענדלעך. שׂרה חנה װעט שױן װײַטער שרײַען װען ס'װעט נישט זײַן שפּעטער אַ ברױט. אין װיטעפּסק װאָלט איך געקענט עפּעס באָרגן פֿון דער פּושקע און קױפֿן אױפֿן װעג אַהײם. שמואל משה װאָלט מיר למעשׂה געבאָרגט, זאָל איך אים בעטן? איך װעל אים שולדיק זײַן דער נשמה, און דער עולם װעט קוקן. איך קען אים בעטן פֿינעף דאָלער און אים זאָגן װעגן די הױזן, נאָך צװײ מינוט רעדן װעט ער אױפֿהײבן די אױגן. מען גלײבט מיר שױן נישט, דאָס איז דער צרה. נאָך אַ מזל איך האָב אַ דאָלער פֿאַרן טײַמס װעט כאָטש זײַן װאָס צו טון אינדערפֿרי.

איך װעל זאָגן שמואל משה אַז איך װאַרף אים אַרײַן דער צענער אין דער הײם בײַ נאַכט. איך דאַרף סײַ װי אים דורכגײן אױפֿן װעג אין זאַל אָפּנעמען דער שירעם. ער װעט מיר אַרײַנהאַקן אין מיטן צי איך דאַרף נישט אַ הונדערטער. שױן, איך קען סײַ װי נישט װאַרטן ביז ער פֿאַרטיקט. אַז איך האָב נישט שפּאָר איך מיך כאָטש אײַן געבן פֿאַר די געלטגײערס. צװײ יונגע־לײַט זענען געגאַנגען נאָך געלט װײַל מיט אַ נאַכט פֿריִער איז געװען אַ טײַ־אָװנט. װען איך האַלט זײ בײַם געבן װאָלט איך דאָך אַהינגעגאַנגען. שמעלקע האָט זיך גענומען דאַװענען מיט גרױס כּװנה. להכעיס שטעלן זײ זיך דאָ אָפּ, זײ זעען נישט װי איך קלאַפּ מײַן קעשענע און געב אַ דרײ מיטן האַנט. און װער איז דער משוגענער װאָס גיבט זײ אַ פֿופֿציקער? אין שיל? איז ער נאָרמאַל? זאָל ער עס מיר געבן. איך בין נאָך אַזאַ חשובֿע צװעק. אַ חזיר, אַ חמישימל קען ער געבן װײַל ער דאַרף זיך אױספּוצן די צײן מיטן קבלה.

למעשׂה, װאָלט איך געקענט אָנריפֿן דער קײטערער און זײ פֿרעגן צי זײ האָבן געפֿינען אַ שירעם. איך קען אָנריפֿן אינדערפֿרי װען מען װעט נישט דערקענען מײַן שטימע. מער פֿעלט מיר אױס אַז די סעקרעטערן, מירי, זאָל מיר דערקענען. זי װעט זיך דערמאַנען פֿונעם באַשױ, װען איך האָב איבערגעדרײט דאָס גלעזל. שלמזלנים, װער שטעלט דען גלעזלעך בײַם עק? טאַטי האָט געזאָגט אַז דער מינהג איז נישט צו געבן טועם צו זײַן, און װי מאַמי האָט נאָר גערעדט פֿון דער אָנגעשטױבטע טשילאָ. נאָך זײ האָבן געזאָגט נײן. צװײ טעג האָבן זײ אונדז געהאַלטן אױף שפּילקעס און זי װעט שפּעטן אַז איך פֿאַרגעס שירעמס און איך האָב נישט װאָס צו טון נאָר אָנצוריפֿן פֿאַר דעם.

קײן מאָל האָט שמעלקעס מאַמע, די אַלטע מיסעס יאָזעפֿאָװיטש, נישט געקענט אױסזען מענטשלעך. זי פֿלעגט אים קומען אָפּנעמען פֿון זײַן כּיתּה צום צײנדאָקטאָר און אַלע ייִנגלעך האָבן געלאַכט װײַל זי האָט גערעדט אַזױ הױך צו דעם רבין. װאָס האָט זי נישט געקענט זײַן װי די ייִנגע מאַמעס מיט די רױטע באַקן און שײנע ליפּן װאָס דער רבי האָט אַרױפֿגעריקט זײַן שטעקן אין זײַן אַרבל װען זײ זענען געקומען ברענגען דאָס ,,ריסעס''־פּעקל װאָס די ייִנגלעך האָבן פֿאַרגעסן? נאָכדעם האָט דער רבי עס אַפֿירגענומען בפֿני־קהל־ועדה, ,,פּשי, לאָמיך זען װאָס דײַן מאַמע האָט דיך געברענגט. אַזאַ שײנע פּעקעלע.'' װען איך האָב פֿאַרגעסן האָב איך בײַ נאַכט באַקימען, ,,האָסט װײַטער פֿאַרגעסן.'' צי איך בין הונגעריק געװען האָט איר גאַנץ װײניק אינטערעסירט. און אירע שטרימפּ האָבן זיך געמיזט צאַמנעמען בײַ די קנעכל װי אַבֿלים אױפֿן פֿעלד.

דאָס איז געװען מאַמיס חורבן. אַ חשובֿע פֿרױ. יאָ, אַװדאי, אַזױ האָט יעדער געזאָגט בײַם שבֿעה, אַ סך האָבן זײ געװוּסט. װײַל זי האָט מיר אַרױסגעשלאָסן פֿון דער הײם און איז מיר נאָכגעלאָפֿן מיט אַ פּאַנטאָפֿל און דער רױטע פֿלײשיקע האַנטוך? קענען צאַמשאַרן צעקװעטשטע נאַכטמאָל מיט דער זײַט פֿון זײערע גאָרע האַנט און אין װאַסער און פֿײַער לױפֿן זײ פֿאַר זײערע קינד. יאָ, זאָלן זײ שױן אַמאָל אַראָפּלײגן דעם טעלעפֿאָן פֿאַר זײערע קינד און אױפֿהערן מאַכן אַזעלכע קולות. שׂרה חנה, שאָקלט זיך איבער די לעכט װען איך הינגער פֿאַר אַ שטיקל קיגל, און נאָך דעם װידער מיט קװיטשערײַען ,,געב מױשי זײַן מילך,'' ,,אַלעס מיז איך דאָ טון,'' ,,קרײַנדי לײַג אַװעק דײַנע װאָכנדיקע שיך,'' ,,אַז איך טו עס נישט װערט עס נישט געטאָן,'' ,,קײנער קען מיך דאָ נישט העלפֿן.'' לעבן אױס זײערע לעבן על־קידוש־השם און דער װעלט איז זײ שולדיק דער נשמה. האַלטן אין אײן געבױרן אױף צו האַלטן הילפֿלאָזע נשמות בײַם קאַרק, און קױם די נשמות באַקומען אַ מױל און קענען צוריקענטפֿערן דאַרפֿן זײ שױן אַ פֿרישע.

אַ שײנהײט איז זי, פֿאַרפֿאַלן. הלװאַי װאָלט שׂרה חנה געלײגט אַזאַ באַנד אױף איר שײטל. אין די יאָרן קען מען נישט אָנהײבן מיט די זאַכן. איר האָט מען אַרױסגעװאָרפֿן פֿון װײס איך װוּ, מן־הסתּם פֿאַר דעם האָט מען איר פֿאַר מיר אָנגעטראָגן. טאַטי האָט עס נישט געפּאַסט, האָט ער שױן באַקומען אַ מחותּן. ביזױ בזיונות מיטן אונטערפֿירן. אַ מחיה װאָלט זי געװען. זי האָט אַזעלכע פֿיס. פֿאַרװאָס װערן זײ נישט גראָב װי שׂרה חנהס? און פֿון פֿאָרענט איז זי אַזױ קײַלעכיק, מן־הסתּם גײט זי אין אַ סװעדער װאָס איז אַ ביסל צו קלײן. װי זײ האָבן זיך געװאָרפֿן בײַם טאַנצן, און װער רעדט נאָך פֿון אינטן, ממש געװען אַ ברכה צו מאַכן. עליונים שׂשׂו ותּחתּונים עלזו.

דער בעל־תּפֿילה האָט געזאָגט וברוך ה' לעולם אָמן ואָמן און שמעלקע האָט זיך אױפֿגעשטעלט צו ויבֿרך דוד. ס'איז אים שװער געװען צו שטײן אין גאַנצן גלײַך. נאָך אַ מזל איך האָב אַ לאַנגע רעקל. ער האָט זיך אַראָפּגעבױגן צוצומאַכן זײַן אונטערשטע קנעפּל. די קורצע־רעקל־אױטאָ־חבֿרה האָבן נישט אונדזערע פּראָבלעמען? װאָס טוען זײ אַז ס'מאַכט זיך? איך דאַרף אַמאָל קוקן אױפֿן סאָבװײ װאָס די גױים טוען. שמעון נח איז מסביר געװען אַז בײַ חסידישע ייִדן װיבאַלד זײ זענען אַזױ אָפּגעהיטן דאַרפֿן זײ מער שמירה. אַזױ װי יענער מאָל װען אַ שיקסע האָט געהאַט אַ טי־שערט ,,איך זע בעסער אױס טאָפּלעס.'' צו װאָס לײגט זי עס דאָרט אַז נישט מען זאָל קוקן? זי האָט נאָך געהאַט אַזעלכע באַלעבאַטישע מעשׂיות אַז יעדער װאָרט פֿון די קידוש־לבֿנה־אותיות איז געװען אַזױ אױסגעצױגן אַז ס'האָט זיך געלײענט באַל כּרחו. אָבער אַז איך האָב געקוקט בין איך געװען אַ חזיר. װי ר' זלמן חײם האָט געזאָגט אױפֿן חזיר אַז עס איז נישט מעלה־גירה װײַל עס איז אַ בעסערע מענטש. װאַלגערט זיך אין שמוץ טאָג און נאַכט אָבער װידער צעקײַען אַביסל עסן? חלילה. חזירים זענען זײ אַלע אָבער איך טאָר נישט קוקן. װאָס דאַרף איך טון? אַראָפּקוקן? און אַז אַזאַ אײנער פֿרעגט מיר װיִאַזױ מען קומט ערגעץ אָן, צו װעלכער חלק פֿון איר רעדט מען? איך מײן, פּשיטא אַז זי זעט בעסער אױס אָן דעם, מאי קא משמע לן? האָט אַ שקץ געשריגן ,,דזשו, װאַט יו לוקינג אַט?'' און אױטאָ־חבֿרה האָבן געלאַכט. װי אין װין נאָכן אָנשלוס.

ער רירט זיך צי נישט? נו, נו, ישתּבח, יש מנין, נו, זאָג שױן דאָרט, דו פּגע. ער האָט מיר צוגעזאָגט אַז ער פֿאַרטיקט שנעל. אַ נעכטיקן טאָג און דאָרט האַלט מען שױן מודים דרבנן. איך דאַװען מיר װײַטער. װעלכע נשמה מײנט ער טוט ער אַ טובֿה מיט אױפֿהאַלטן דעם עולם? דערװײַל האָט זיך געהערט אַ קװיטש און אַ קרעכץ װי דער טיר האָט זיך אױפֿגעמאַכט און שמואל משה איז דאָרט געשטאַנען מיט דער טלית אינטער דער אױער װי די טױבע בײַ תּקיעת־שופֿר. אפֿשר אַז מען כאַפּט אַרײַן אַזױ פֿיל ברכות איז עס אַ סגולה אױף פּרנסה. ער איז שױן בודק דער טיר װאָס ס'קװיטשעט אַזױ. ער'ט נאָך באַלד לײגן פּוטער װי טאַטי פֿלעגט צו לײגן. דאָס איז אָבער דער מעלה פֿון זײַן אַן נגיד. ער קען זיך ערלױבן זײַן װי משוגע ער װיל. ער שפּילט זיך אַפֿילו נישט מיטן אױבערשטערן קנעפּל פֿון זײַן העמד און ער איז נישט בודק זײַן זיפּער. שמעלקע האָט זיך שטאַרק פֿאַרקנײטשט זײַן שטערן, צאַמגעצױגן זײַנע פֿױסטן אַזױ אַז זײַן שמײכל האָט מען געקענט פֿאַרטײַטשן אַז ער בעט שטאַרק בײַ והאר עינינו בתורתיך. משוגע, דער עולם װעט מיך אָנקוקן װי אַ צעדרײטער און ער האָט זיך גענומען שטאַרק היסטן. שמעלקע האָט אױפֿגעריקט זײַן טלית־בײַטל, זיך צוגעדריקט צום װאַנט און גענוקעט אַז שמואל משה קען זיך לעבן אים זעצן. אין דער קאָנטרי װען די חנפֿענערס זענען נישט דאָרט האָב איך אײביק מיט אים אַ שפּראַך.

אױף שפּילקעס האָט ער אױסגעװאַרט פֿאַר ה' אלקיכם אמת און זיך באַלד געשטעלט שמנה־עשׂרה. דאָס װעט זײ לערנען טאַנצן. דער בעל־תּפֿילה האָט געשריגן, ,,נו, שש מתפּללים!'' איך האָב אױך פֿריִער געשריגן נו.

װאָס איך קען טון איז גײן בײַם חתונה נאָך געלט, בעטן אַ טאַץ בײַ אײנער פֿון די גױים, מען װעט קוקן אײן מאָל, צװײ מאָל און װער באַמערקט שױן? אַלץ בעסער װי ,,װאָס זיכט ער דאָ?'' איך דאַרף בײַ זײ בעטן רשות? איך װעל האָבן דער שירעם און דאָס װעל איך מאָרגן צוריקשטעלן. אַז נישט האָב איך געלט אױף אַ נײַע. זאָל זי שׂרה חנה זאָגן אַז איך האָב נישט ,,טײסט.'' אַז איך גײ אַרום די טישן מיט אַ טאַץ קען מען מיר נאָך בעטן לײגן מײַן נאָמען בײַ אַ קבלת פּנים. טאַקע נישט פֿאַר רבי ר' מלכס אַן אײניקל אָבער פֿאַר סתּם אַ רביש קינד. מען קען קײן מאָל נישט װיסן. איך דאַרף שׂרה חנה אַפֿילו גאָרנישט זאָגן, זי װעט מײנען איך בין בײַם שיעור. אַ קבלת פּנים צעטל מיט מײַן נאָמען פֿון אינטן װעט איר שױן גוט אַרױסנעמען די אױגן.

שמעלקע האָט אױסגעטראָטן שמנה־עשׂרה, אַ שטאַרקע טאַנץ מיט די פֿערשט בײַ וכשנים קדמוניות האָט אים אַ ביסל אױסגעלופֿטערט די הױזן און לױז געמאַכט צװישן די פֿיס. ,,נו, דאַװען שױן, פֿאַר אַ גוט יאָר, ס'איז דאָ תּשעה עונים, דו קענסט נישט צײלן? הושיעה את עמיך, נו, ריר דיך שױן.'' װען מען איז אַרומגעגאַנגען מיט די פּושקעס האָט ער הנאה געהאַט צו קלאַפּן זײַנע שבתדיקע הױזן און צוגעלײגט ,,איך בין געװען אױף אַ חתונה נעכטן נאַכט.'' צו תּחנון האָט ער װײַטער געשאָלטן. ס'איז נאָך דאָנערשטיק אױך פֿאַר אַ שװאַרץ יאָר. דאָ מיזן זײ זאָגן תּחנון, אַז נישט קענען זײ דאָך זײַן מאַרגערעטן מיט װאָס זענען זײ אַנדערש װי אַ חסידישער שטיבל? אַראָפּלײגנדיק זײַן קאָפּ איז אַראָפּגעפֿאַלן דאָס דעקל פֿון זײַן תּפֿילין־של־יד, ויאמר דוד אל גד נו װוּ איז עס שױן, צר לי מאד נפּלה נא ביד ה', דער טיש קלעפּט. װאָס שמעקט אַזױ? דער ציגערעטל װי ס'שװימט אין דער קאַװע זעט אױס װי אַ פֿאַרעקשנטע דרעק. אַ גוטע חכמה איז אַראָפּצולײגן אַשר־יצר פּאַפּיר און דערנאָך אַ פֿלאָש. כּיון דאידחי אידחי. אַז אײנס גײט גײען אַלע. כּמו אבֿן במים עזים. ער האָט זיך אױסגעדרײט קוקן אױפֿן װאַנטזײגער איבער דעם טיר זיכער מאַכן אַז קײנער זעט נישט װאָס ער טראַכט. נאָך אַ מזל מען האָט זיך אַראָפּגעלײגט דעם קאָפּ בײַ נפֿילת־אַפּים. חײם דוד שרײַט שױן והוא רחום. װען ס'איז אַ יאָרצײַט שרײַט ער אַװדאי ,,קדיש, קדיש.'' װען איך בין בעל־תּפֿילה זאָג איך דװקא יאָ תּחנון און זאָל ער ,,קדישן'' װיפֿל ער װיל. אַזאַ קינדערישקײט. יעדער מיז עפּעס זײַן.

לײַבי װײַס טענהט אַז ס'איז װײַל זײ קומען זיך נישט גוט אַדורך אין דער הײם. ער זאָגט זײ דאַרפֿן מען זאָל זײ ליב האָבן. איך זאָג נישט לײַבי האָט שױן געלײענט אַ פּאָר ביכער אָבער די ביכער װײסן דען אַלעס? װאָס איז שײַך ליב האָבן. יענקי שטײַנער אַרבעט בײַ אַ גױיִשע ביוראָ, ער איז אַ פֿעסטער מבֿין, ער קען בעסערע גױים אױך, ער זאָגט ס'איז אַלעס בלאָף. אין זײַן צימער אַרבעט אַ גױ, בכלל נישט אַ ביליקע גױ, אַ ריכטיקע װײַסע, און ער האָט לעצטנס זיך באַליבט אין אַ מײדל און זײ האָבן געשמועסט אױפֿן טעלעפֿאָן און זי האָט געזאָגט אַז זי װיל עפּעס קױפֿן בײַ אַמאַזאָן און ער האָט באַלד אַהינגעקליקט און געזאָגט ,,איך װעל עס דיר קױפֿן.'' ס'האָט אים אױסגעזען אַז זי האָט געזאָגט ,,נײן, דאַרפֿסט נישט'' און ער האָט געזאָגט ,,ס'איז צו שפּעט, איך האָב עס שױן באַשטעלט.'' יענקי זאָגט מען האָט קלאָר געזען דער פֿאַלשקײט. ס'איז אַזױ קינדעריש. אין אָנהײב פֿלעגט מאַמי שפּעטן אױף שׂרה חנהס קוצעניו־מוצעניו מעשׂיות װען זי פֿלעגט מיר קוקן אין די אױגן און עפּעס אַרױסגנבֿענען פֿון מײַן טעלער. ס'האָט טאַקע נישט אױסגעפֿעלט. און װי לאַנג האָט עס דען געדױערט ביז מען האָט געזען װאָס זי איז? הײַנט װעט איר קײנער נישט חושד זײַן אַז זי האָט עמעצן ליב. װאָס פּאַסירט שױן װען מען האָט ליב? װאָס איז דען ליבע? מען קען שױן מײנען מען צעקישט זיך אַביסל און מען רופֿט עס ליבע. יענער האָט עס געקױפֿט װײַל ער האָט איר געװאָלט נישט װײַל ער האָט געװאָלט זי זאָל עס האָבן.

אַז מען האָט פֿאַרקױפֿט די עליות איז שמעלקע געגאַנגען אין לעבן אַז ער מיז קױפֿן די מיצװות. נעכטן האָט דער משוגענע עזרא געצאָלט װײס איך װיפֿל פֿאַר ראָש־חודש. אָן קײן קאָפּ. ער רעדט זיך אײַן אַזױ װעט ער װערן אַן אַשכּנזישער. אַ סך װעט עס אים העלפֿן. קוק אָן זײַנע מחותּנים.

,,אַ דאָלער די מיצװות. אַ דאָלער די מיצװות צום ערשטן מאָל, צום צװײטן מאָל'' דאָ איז גוט צו געבן אַ שפּרינג אַרײַן, זאָל איך זאָגן אַנדערטהאַלבן אָדער צװײ?

,,צװײ דאָלער די מיצװות.''

,,דרײַ דאָלער די מיצװות.'' ער, נתן שלומה, װאַרפֿט זיך מיט געלט. אַ מלמד מיט סעקשן אײט, װאָס פֿעלט אים דען?

,,פֿיר דאָלער די מיצװות,'' זאָלן זײ זען אַז אַ גאַנצער שלימזל בין איך נישט.

,,זעקס,'' איז ער משוגע, ער מײנט אַװדאי ס'איז דער דריטער טאָג ראָש־חודש, איך װעל מיך נישט לאָזן צװײ טעג נאָכאַנאַנד, געניג נעכטן האָט מען עס מיר אױסגעכאַפּט.

,,צען דאָלער,'' דאָס װעט אים שױן לערנען מיט װעם ער הײבט זיך דאָ אָן, װען שׂרה חנה זאָל נאָר װיסן װאָס איך טו מיט איר געלט, ס'נישט ממש אירס. װען איך מאַך אַ גוט געשעפֿט שעפּט זי דען נישט נחת? ,,צען דאָלער די מיצװות צום צװײטן מאָל און צום דריטן מאָל. זכה לו.'' ,,נו װעם געט איר הוצאה. טראַכט נישט אַזױ פֿיל, ס'איז שפּעט.''

,,געב עס פֿאַר נתן שלומה,'' ס'איז װיכטיק מען זאָל זען אַז איך בין אַ מענטש. זאָל ער קראַכן. איך האָב עס געקענט האָבן פֿאַר צװײ דאָלער און דער חזיר האָט עס מיר אַרױפֿגעטריבן, און אױף װאָס דאַרף ער עס שױן? זיך אַ ביסל װיכטיק מאַכן?

שמעלקע האָט געזוכט צי איז נישט דאָ אַ כּהן. אײַ װעט נתן שלומה פּלאַצן. אַ בלינדע מציאה. איך באַקום נאָך אַ באָױנוס עליה.

,,נו, איר נעמט עס פֿאַר זיך?'' האָט דער גבאי זיך צו אים געװאָנדן, און שמעלקע האָט געשאָקלט מיטן קאָפּ ,,בדיעבֿד אַז ס'איז נישט דאָ אַ צװײטער.''

,,יעמוד שמעלקע...'' און שמעלקע האָט געענטפֿערט ,,חײם שמואל שמעלקע בן ר' ראובֿן יוסף הלױ.'' שלישי געב איך פֿאַר שמואל משה. זאָל אים נישט פּאַסן אַז איך קױף אים עליות?

איך קיש דען נישט שׂרה חנה? איך האָב איר נישט אין גאַנצן פֿײַנט, איך מײן אַז נישט, אַ ביסל ליב, אָבער ס'איז נישט אַזאַ גדולה ליב צו האָבן. שױן, שיר השירים איז דאָך העכערע זאַכן. מען האָט מיך איר אָנגעטראָגן האָב איך איר גענומען. אַ ברירה האָב איך דען געהאַט? מאַמי האָט מיך געפֿרעגט װאָס איך האַלט. אַז ס'איז גאָרנישט שלעכט קען מען חתונה האָבן. װען דאַרף איך איר ליב באַקומען. איך קױף בלימען אױף שבת, זאָגט זי אַז ס'האָט נישט אױסגעפֿעלט. די קאָלערס מעטשן נישט. ממש קינדעריש װען מען הערט אױפֿן סאָבװײ װען זײ לײגן אַראָפּ די סעלס, ,,בײַ סװיטי, קיוטי, באָני, האָני,'' זײ שעמען זיך נישט ברבים? טאַקע פֿאַלש. װי האָט ער נאָר געהײסן, גאָלד, גאָלד, זײַן היט האָט געהאַט באַלד מער קנײטשן װי ער איז אַלט געװען, יאָ גאָלדהאַמער, ער האָט נעבעך געװײנט װי זײַן װײַב האָט אים געקיצלט די פֿיס דער שבת פֿאַר זי האָט אים איבערגעלאָזט. פֿינף און דרײַסיק יאָר האָבן זײ געלעבט צוזאַמען און זי זאָגט אים ער'ז אַ װימפּ, נו, איך קיצל נישט די פֿיס און איך גט מיך נישט. פּױערישע מעשׂיות, אַ סך האָט עס אים געהאָלפֿן אַז ער האָט געזינגען מיט זײַן פֿרױ. מער פֿעלט מיר אױס שׂרה חנה זאָל מיר זינגען מה־ידידות.

װער געבט אַזאַ ניס? שמעלקע האָט זיך אױסגעדרײט זוכן דער שולדיקער נאָז. יעקבֿ בן אַבֿרהם, אױף דעם האָט ער זיך געדאַרפֿט מגײר זײַן און איך האָב געמײנט אַז נאָר אַ ייִדישע נאָז קען אַזױנס.

און װער האָט מיך ליב? װעם האָב איך ליב? איך װעל נאָך אײן מאָל אַנטלױפֿן אױף אַ פּאָר טעג און די הצלה װעט מיך זוכן, און אַלע תּלמוד־תּורהס װעלן זאָגן תּהילים, און אין מקװה װעט מען זאָגן ער האָט אַ שװערע שטיב, און די צעלײגערס װעלן קרעכצן אַז קײנער האָט מיר נישט געזאָגט אַ גוט װאָרט, מען װעט באַשולדיקן די שדכנים פֿאַר נישט האָבן געטאָן מער, און שׂרה חנה װעט זיך בעטן אױפֿן ראַדיאָ איך זאָל אַהײמקומען און דעמאָלסט װעט מען שױן װיסן אַז ס'לעבט אַ שמעלקע אױף דער װעלט און מײַן נשמה איז נישט הפֿקר. זײ װעלן מיר דאָס אױך נישט פֿאַרגינען. איך װעל צוריקקומען און לײבל װעט מיר פֿרעגן ,,נו, װיזױ איז געװען?'' פֿון אַ שידוך פֿאַר רחלע קען איך דעמאָלסט פֿאַרגעסן.

גױים מײנען זײ קענען זאָגן ,,אײַ לאָװ יו'' האָבן זײ עפּעס ליב. אײַ לאָװ יו איז דער גרעסטער ליגן, דער גרעסטער שקר, אײַ לאָװ אײַ װאָלטן זײ געדאַרפֿט זאָגן. ליב? װאָס זײ װילן איז פֿאַר זיך, יאָ אײַ לאָװ אײַ. די פּאָרפֿאָלקלעך װאָס שטײען צוזאַמען איבערקוקנדיק דער ראַקערפֿעלער צענטער, ער אױף די נקבֿות זי אױף די זכרים, זײ האָבן זיך ליב? יאָ, אַװדאי, דער גרעסטער שקר...

קלאַפּ!

קלאַפּ!

* * *

שמעלקע האָט זיך װי אױפֿגעכאַפּט װען ער האָט צום צװײטן מאָל אַראָפּגעברענגט זײַן האַנט אױפֿן טיש מיט אַ פֿאַרמאַכטע פֿױסט. צװײ פֿעסטע זעצן. דער קאַװע האָט זיך איבערגעדרײט איבער זײַן סידור און זײַן טלית־בײַטל, יעצט װעט יעדער זיך שטיפּן זען מײַן נאָמען, דער קאַװע האָט אָנגעהױבן רינען צום עק, שמעלקע האָט זיך געטאַפּט די קעשענעס פֿאַר אַ טישו, דער סערװיעטל פֿון דער חתונה האָט קױם אײַנגעזאַפּט דער קאַװע אױף זײַנע בתּים. די הױזן זענען מיר אױך נאַס, קײנער מאַכט זיך דאָ נישט צו טון, דאַװענען מיטאַמאָל אַלע אַזױ ערלעך.

,,אַנטשולדיקט, איר האָט אפֿשר אַ טישו?'' אָ, שמואל משה קומט צו לױפֿן, מאַכט אַזאַ רעש, דער גאַנצער בית־מדרש דאַרף דען װיסן?

דער ציגאַרעטל איז געשװוּמען שנעלער װי דער קאַװע, און װען שמעלקע האָט אָפּגעװישט דער טײַך פֿון קאַװע איז דער ציגאַרעטל געקומען מיט אַ שטראָם און זיך פֿאַרלײגט אױף שמעלקעס רעקל. פּונקט װי װען ער האָט אַרײַנגעטראָטן אין צואה פֿאַר ער איז אַרײַן צום רבין מיט אַ קװיטל. עפּעס טױג מיט מיר נישט, אַזאַ שלאָמזלנות איז נישט נאַטירלעך, איך װער מײן איך אַ ביסל פֿאַרריקט. װאָס קלאַפּ איך אױפֿן טיש? און װאָס טוט מען דערצו, מיט װעם קען מען דעריבער רעדן? שׂרה חנה װעט זאָגן ,,איך טענה שױן לאַנג.'' װאָס זאָל איך זאָגן פֿאַר מײַן דאָקטאָר, אַז איך מײן איך װער משוגע? װעט ער מיר פֿרעגן פֿאַרװאָס ס'פֿאַלט מיר אײַן? פֿאַרדעם אַלײן בין איך משוגע, נאָר משוגעים פֿאַלט אײַן אַז זײ זענען משוגע. איך קען אים נישט זאָגן אַז װען עמעצער מאַכט לעבן מיר אַ פֿאַרץ, און איך שװער איך האָב עס נישט געמאַכט, פֿונדעסטװעגן הײב איך מיך אָן דרײען אין מײַן בענקל, און איך האָב בפֿירוש געזען װי צװײ יונגע־לײַט װינקן זיך אױף מיר.

דערװײַל האָט זיך צאַמגענומען אַן עולם, צו קוקן, צו העלפֿן, צו געבן דעות װוּ צו װישן, צו ברענגען טישוס און אַשר־יצר־פּאַפּיר, צו ראַטעװען ספֿרים פֿון דער קאַװע, צו ראַטעװען חומשים פֿון אונטער סידורים און זיך צו באַשעפֿטיקן בשעתן צאַמדרײען די רצועות און משלים זײַן קרבנות. פֿאַר אַ שװאַרץ יאָר, דער שירעם װעט נאָך אַרױספֿאַלן און שמואל משה װעט עס דערקענען, איך מאַך אַ ויבֿרח אַז נישט װעט מען מיך רופֿן אַ גנבֿ.

היום יום, װאָס איז נאָר הײַנט, װוּ האַלט איך, ער האָט זיך אַרױפֿגעלײגט די הענט צום קאָפּ, צום שטערן װי װען מען שיצט די אױגן פֿון דער זין, שיצן דער מוח זײַנער פֿון די אַרומיקע. ישעי' שװאַרץ האָט אַ קוק געטאָן. אים געפֿעלט עס אױך נישט. ער װאָס װען ער איז געװען אין דער אױטאָ־חבֿרה־קדישא האָט ער אָנגעברענגט אַז אַן אַלטע מענטש אָן קרובֿים זאָל אים איבערשרײַבן זײַנע נכסים, ער װעט מיך האַלטן פֿאַר אַ נערװעזער, פֿאַר אַ צערידעטער. זאָל ער גײן אין דער ערד. איך האָב אים אין בױדעם.

שמעלקע האָט געכאַפּט זײַן טלית־בײַטל און האָט דערין אַרײַנגעשטעקט זײַן נישט צאַמגעלײגטע טלית און נישט צאַמגעדרײטע תּפֿילין און געלאָפֿן. ער איז אַראָפּגעלאָפֿן אַלע שטיגן, געשטױסן אַ פּאָר פֿון די שירעמס אױפֿן װעג אַרױס פֿון דער געבײַדע, און געלאָפֿן דורך קינדער אױפֿן װעג אין חדר, אַזעלכע ציקערװאַסער־פּאות זענען אמתע ייִדיש נחת, מײדלעך אױפֿן װעג אין שולע, ייִדן מיט גראָסערי־זעקלעך אין דער האַנט און זײערע טלית־בײַטל אונטערן אָרעם, פֿאַר סקולבאָסעס און פֿײַפֿנדיקע קאַר־סערװיס קאַרס און אַריבער רױטע באַלױכטענע מענטשן בײַ די לאָמפּן. דער מױל איז אים געװאָרן אױסגעטריקנט און די הענט האָבן אים געציטערט. פֿרױען שטופּנדיק װעגעלעך האָבן זיך גערוקט אין אַ זײַט אױסגעגלײַכט דער שײטל און צוריקגעקוקט װי מיט אַלע כּוחות האָט ער געהױבן זײַן באַלעבאַטישע געװיכט. אַזאַ סאָרט װײַבל װאָלט מיר גוט געװען, זי װאָלט אױף מיר געהעריק אױפֿגעפּאַסט. אַ מחיה צו קוקן. ער האָט זיך נישט אָפּגעשטעלט ביז ער האָט געזען זײַן טיר פֿון דער װײַטנס װען ער האָט זיך ערלױבט אַביסל שטאַטער צו לױפֿן אָבער אַלץ נישט צוריקצוקוקן. שׂרה חנה װעט װעלן װיסן װאָס דאָ טוט זיך. לאָמיר זען, און ער האָט אַ קוק געטאָן אױף זײַן האַנט זײגער װאָס דער פּנים איז שױן געל געװען און דער לעדערנער באַנד האָט זיך געהאַלטן אױף צװײ פֿעדעמער און אַ נס. אולי יחוס, אולי ירחם, און זי װעט שױן האָבן געגאַנגען צום אַרבעט װעל איך האָבן אַ ביסל מנוחה. ער האָט אױפֿגעזוכט אין זײַן קעשענע זײַנע שליסלעך װאָס ער האָט שטענדיק בײַ זיך געטראָגן, בײַ זיך אינדערהײם װעט ער נישט קלינגען, בשום אופֿן נישט.

שׂרה חנה איז געשטאַנען גרײט בײַם טיר, דאָס פּנים האָט איר געפֿלאַמט, ,,װער האַװ יו בין? אײַװ בין װײטינג פֿור אײדשזיז, און קוק װי דו זעסט אױס. דו האָסט דיך מיט עמעצן געשלאָגן? און דו ביסט אין גאַנצן משוגע, װאָס פֿאַר אַ פּלאַסטיק האָסט דו אױף דײַן קאָפּ?''

שמעלקע האָט אָנגעהױבן זיך פֿאַרענטפֿערן,,,איך בין געװען אין װיטעפּסק... איך בין געגאַנגען קײן צור ישׂראל... איך בין נישט שפּעט.. פֿריִער װי יעדן טאָג...''

שׂרה חנה האָט אים אַרײַנגעהאַקט, ,,איך האָב דיר געבעטן זאָלסט פֿרי אַהײמקומען װײַל הערשי האָט הײַנט נישט פּלײגרופּ װעגן די שכנים האָבן זײ געמסרט און מען קומט מאַכן אַן אינספּעקשן. איך רעד צו דיר און איך רעד צום לאָמפּ, צו אַ ביסל בײביסיטינג טױגסט דו אױך נישט. װוּ ביסט דו געװען?

,,דאָ, איך האָב דיר געברענגט דײַן שירעם. ס'איז רעגנדיק אינדערױסן.''

,,װעלכע שירעם? דו שלימזל, האָסט עס געלאָזט בײַם חתונה. דו מײנסט איך װײס נישט?''

,,איך האָב עס אין ערגעץ נישט איבערגעלאָזט'' און האָט אָנגעהױבן אַרומצוטאַפּן אין זײַן טלית־בײַטל.

,,דו האָסט גאָרנישט קײן שירעם װײַל מירי מערמלשטײן האָט געפֿינען מײַן שירעם זיך אַרומװאַלגערן אױף דער ערד בײַם חתונה. מען קען דיר גאָרנישט אַרײַן געבן אין די הענט. אַלעס פֿאַרלירסט דו.''

דער נאָמען פֿון מירי מערמלשטײן האָט אין גאַנצן אױפֿגעטרײסלט שמעלקען. זי האָט אַװדאי דערצײלט װי איך בין געשטאַנען בײַ דער מחיצה און געקוקט. זי האָט נישט קײן ראַיה װײַל איך האָב מיך צוגעמאַכט די שיכבענדלעך פֿאַר אַ חלק פֿון דער צײַט און איך האָב מיך סך־הכּל אָנגעלענט אױפֿן מחיצה. דער אַנדערע צײַט איז נישט מסתּבר אַז זי האָט באַמערקט װײַל איך בין געזעסן אַ ביסל אָפּגעריקט, און װען איך האָב געקוקט דורך דער שפּיגל איז אָפּגערעדט אַז זי האָט נישט געקענט באַמערקן. אָבער פֿאַרװאָס דען האָט זי אַריבערגעברענגט דער שירעם?

,,לאָמיך זען דער שירעם װאָס דו האָסט'', האָט שׂרה חנה געשריגן, ,,געב עס מיר שנעל, דו משוגענער, מײַן קאַר־סערװיס דאַרף אָנקומען יעדער מינוט. האָסט אַפֿילו נישט צאַמגעלײגט דײַן טלית און תּפֿילין, דאָס דאַרף איך דיר אױך טון?''

,,איך האָב געװאָלט פֿרי אַהײמקומען האָב איך נישט געלײגט רבינו־תּם, איך דאַרף אַ סימן צו געדענקען.''

שׂרה חנה האָט אַפֿירגענומען דעם שירעם און עס אױסגעדרײט אױף אַלע זײַטן ביז זי האָט געפֿונען דער צעטל פֿון פֿעלבערבלום. ,,אַ גנבֿ ביסט דו שױן אױך, שײן זע איך מיט דיר אױס. ס'איז אַפֿילו נישט דער זעלבער, אַזאַ מבֿין ביסט דו. ס'איז אָבער אַ בערבורי.''

ביני לביני איז געװען אַ פֿײַף פֿון אַ קאַר, שׂרה חנה האָט אַרײַנגעװאָרפֿן דעם קלײנעם הערשי שמעלקען אין די הענט אַרײַן, ,,דאַרפֿסט אים טױשן,'' אױפֿגעמאַכט דער שירעם און געלאָפֿן זיך אַרײַנזעצן אינעם קאַר.

שמעלקע האָט איר נאָכגעשריגן, ,,זי, מערמלשטײן, האָט עפּעס געזאָגט?'' ‬