לײבל באַלקין
טראַנספֿאָרמאַטאָר
מיט אַ פּאָר חדשים צוריק האָב איך פֿאַרבראַכט אַן אורלױב אין קעטסקיל, אין דער שטאָט סאַוט־פֿאָלסבערג. אין אײנעם פֿון יענע אורלױב־טעג האָבן מיר אַ פּרוּװ געטאָן צו באַזוכן דעם ריזיקן קאַלײדאָסקאָפּ, װאָס פֿאַרנעמט אַ גאַנצן בנין ערגעץ לעבן װוּדרידזש און מאָנטיסעלע. פֿאַרפּלאָנטערט צװישן די שמאָלע שלענגלענדיקע באַרג־װעגן, זענען מיר אָנגעקומען צום קאַלײדאָסקאָפּ צו שפּעט: ער איז געװען נאָך אָפֿן, אָבער קײן נײַע װיזיטאָרן האָט מען נישט אַרײַנגעלאָזט.
אין אַ פֿאַרטריבטער שטימונג האָבן מיר זיך געלאָזט אַרומפֿאָרן אױף ג־טס באַראָט, און דערזען אַ קלײניטשקע "גאַראַזש־סײל" אין אײנעם פֿון די אַרומיקע שטילע דערפֿלעך: אַ יונג שפּאַניש מײדל האָט פֿאַרקױפֿט כּל־מיני כלאַם אױף דער װעראַנדע פֿון איר הײַזעלע: משונהדיקע, אַבסאָלוט ניצלאָזיקע ברעקלעך פֿון אַלטע ראַדיִאָס; אַ גרױסע הילצערנע ליאַלקע אָן אַ קאָפּ; אַ שינויִ פֿון אַ לאַסט־אױטאָ, אָנגעפֿאַרבט רױט; אַ שנירל גלעזערנע קרעלן; אַ פֿאַרשימלטער הערבאַריום; אַ פּאָרטרעט פֿון דזשאָן לענאָן אין אַ קאַרטאָנענער רעם; שרײַפֿעלעך, מוטערקעס, אַלומיניום־רערלעך, אַ פּאַקעט מיט גיגאַנטישע טשװעקעס; אַ הױפֿן ביכער, װאָס האָבן זיך געװאַלגערט אױף דר'ערד. צװישן אַנדערן האָב איך דאָרטן געפֿונען דרײַ צעריסענע רעפֿאָרמער סידורים, װאָלטער סקאָטס ראָמאַן "אײַװענגאָ", און אַ נאָטן־בוך מיט לידער אױף ייִדיש,"לאָמיר קינדער זינגען", װעלכן כ'האָב פֿון איר געקױפֿט פֿאַר אַ פּאָר דאָלאַר.
שפּעטער, איבערבלעטערנדיק יענעם נאָטן־בוך, האָב איך דאָרטן געטראָפֿן, צו מײַן גרעסטן סורפּריז,עטלעכע גאָר אינטערעסאַנטע האַנטשריפֿטלעכע בלעטלעך אױף ייִדיש, צוגעבונדן מיט אַ סקרעפּקע צו דער זײַט 183, צו יוד. שנײַדערס "ים־לידער", אױף ביאַליקס װערטער. איך האָב איבערגעאַרבעט די האַנטשריפֿט לױטן ליטעראַרישן סטאַנדאַרט און געביטן אַ סך אַנגליציזמען אױף מער ייִדישלעכע װערטער. למשל, אַנשטאָט "פּאַבליק באָס" האָב איך אָנגעשריבן אַן "אױטאָבוס", וכּדומה.
איך ברענג דאָ אַראָפּ דעם גאַנצן טעקסט:
טראַנספֿאָרמאַטאָר
Code_started$>>$END_INSTRUCTION
1
(אױסערלעכער קאָנטור)
והעולם כּלו על סנפּיר של לויתן עומד
ולויתן שוכן במים התּחתּונים כּמו דג טהור בתוך הים
ומים התּחתּונים על מימי בראשית כּמעין קטן על שׂפֿת הים
ומימי בראשית עומדים על מימי אוקײנוס כּמעין קטן על שׂפֿת הים
ומימי אוקײנוס עומדים על אוקײנוס כּמעין קטן על שׂפֿת הים
ואוקײנוס עומד על מים הבוכים כּמעין קטן על שׂפֿת הים
די װענט פֿונעם אױטאָבוס נ'גענומען זיך שאָקלען; דער רױם ז'זיך נאָכאַמאָל צעפֿאַלן אױף טױזנטער זיך־דרײענדיקע גלעזערנע קוביקעס, אָנגעפֿילטע מיט אומערדיש־העלע קאָלירן. אױף דער שװאַרצער פֿלאַך פֿונעם קאָסמאָס־דנאָ איז געשטאַנען דער גרױסער װעלט־בױם, ייִגראַסיל. זײַנע צװײַגן ־ מעטאַגאַלאַקטישע קלאַסטערס: נישטאָ קײן צײַט! אױף אַ קלײן בלעטעלע פֿונעם בױם ־ געװען אָנגעשריבן: "מיראַנדע־רינזײַ, אַ פּסיכאָדעלישער אַסטערױד".
... ``Aurum nostrum non est aurum vulgi'' ---
די פֿלאַמען־צונגען האָבן געמאָלט היפּנאָטישע צײכנס אױפֿן געהײמנישפֿולן געװעב פֿון דער נאַכט; אײַלין, די לעצטע דרויִדקע פֿון װײלס, אָנגעטאָן אין אַ װײַסן קראַנץ פֿון בעלאַדאָנע־בלומען, האָט געקוקט אױפֿן אַלכעמיקער, ברײט צעעפֿנט אירע ברױנע אױגן.
־־־ כ'האָב געהאַט אױסגעלערנט אַלע סודות, װאָס אַ מענטשלעכער שׂכל קען נאָר פֿאַרשטײן; געקענט באַשאַפֿן אַ מענטש פֿון לײם; מלאָכים פֿלעגן אַראָפּקומען אױספֿילן יעדן מײַן באַפֿעל; קײן גרענעצן האָבן פֿאַר מיר ניט עקזיסטירט .
כ'בין געשטאַנען אױף אַ פֿעלדז, זיך אַרײַנקוקנדיק אינעם װאַסער פֿונעם טײַך רינוס, װאָס האָט שטיל געפֿלאָסן אונטער מיר. פּלוצעם ז'די גאַנצע װעלט געװאָרן צעשפּאָלטן, פֿול מיט קלאַנג; די דעמבעס ־־ געזשומעט מיט די קעפּ, די פֿײגל ־־ גענומען רעדן; כ'האָב דערהערט דאָס גערױש פֿונעם תּהום. זיך אַראָפּגעלײגט אױף דר'ערד, כּדי דער שטורעם זאָל מיך ניט אַראָפּשלײַדערן אינעם אָפּגרונט, קוקנדיק, װי אַ בלײכע בײַטאָגיקע לבֿנה שװימט פּאַמעלעך איבער אַ פּאָרצעלײַענעם הימל. דעמאָלט האָב איך באַשלאָסן צו װערן אַן אַלכעמיקער, אַ מײַסטער פֿון אַ מאָדנער, האַלב־אומזיניקער מלאך. די אַלכעמיקער װערן פֿאַרפֿאָלגט און דערנידעריקט. דער עולם גלײבט זײ נאָך װײניקער, װי דעם פּאַיאַץ, װאָס זשאָנגלירט מיט עפּל און שװעמלעך אױפֿן קעלנער מאַרק. מיר װײסן נישט אונדזער ציל. נאָר מיר האַלטן אין אײן גײן פֿאָרױס און נישט װיסן, צי ס'איז מעגלעך עפּעס צו דערגרײכן.
־־־ אַלכעמיקער, אָבער װאָס איז דער ציל? ־ ט'זיך אָפּגערופֿן אײַלין.
זי'ט צורעכט געמאַכט אירע לאַנגע רױטע האָר און זיך באַצױבערט פֿאַרקוקט אינעם הימל.
־־־ דער ציל, אײַלין, איז צו זײַן אַ מאָלער. װען דו האָסט דערגאַנצט אײן בילד ־־־ גײ אַריבער צו אַן אַנדערן. אַלע טרױמען, אַלע שטערן, אַלע לידער, אַלע פּײַנען און װײען זענען דײַנע פֿינגער און פּענדזלען, כאָטש זײ װײסן נישט דערפֿון. האָסטו אַמאָל געהערט װעגן קאָנצעפּטואַליזם? דער אַלכעמיקער ט'זיך צעלאַכט. אַ בילד איז אַ װעלט ־־־ אַ װעלט איז אַ בילד. װען דו'סט דורכגעגאַנגען אַלע חדרים און זיך אָנגעשטױסן אױף אַ שטאָלענער טיר, װאָס מע קען נישט צעברעכן אַפֿילו מיטן דינאַמיט ־ דעמאָלט ביסטו טױט, אײַלין. געזען אַמאָל אַן אױפֿרײַס פֿון דינאַמיט, אײַלין?
־־־ נאָר... מײַן מײַסטער פֿלעגט תּמיד זאָגן, אַ' סע פֿאַראַן אַ חילוק צװישן טרױם און װאָר.
־־־ אײַלין, אַװדאי ביסטו גערעכט. די װאָר און דער טרױם זענען צװײ פּרקים פֿון אַ ספֿר. עמעצער ט'זיך ברײט צעמאַכט און געװאָרפֿן אַ הײַפֿל גלאַטע שטײנדלעך אױפֿן זאַמד. פֿון די שטריכעלעך, װאָס זענען אױסגעקריצט געװאָרן אױפֿן ברעג, געװאָרן אַ ספֿר: אײן פּרק ־־־ טרױמען, דער צװײטער ־־־ װאָרן. יעדער אײנער קלײַבט אױס זײַן ערשטן פּרק. פֿאַרשטײט־זיך, בלײַבט דער חילוק פֿאַר אים גאַנץ קלאָר.
דער אַלכעמיקער האָט אױסגעװאַשן זײַנע הענט, אַרױסגענומען אַ סקאָרינקע ברױט פֿונעם רענצל, און צונױפֿגעפֿלאָכטן אַ לײַכטנדיקע ברכה. די װערטער, אױפֿן װעג צום הײליקן באַשעפֿער, האָם'זיך פֿאַרװאַנדלט אין בוקעטן פֿאַרשײדן־קאָליריקע רױזן, רעגנבױגנדיקע קװאַרץ־קריסטאַלן, פּנימער פֿון לאַנג־פֿאַרגעסענע חבֿרים, פֿרעמדפּלאַנעטישע לאַנדשאַפֿטן ־ טיף־טיף־געמיטלעכע דמיונות פֿון װײַטן אַמאָל.
דער אַלכעמיקער האָט אַרױסגענומען דאָס שטײנערנע אײ פֿונעם רענצל ־־־ דעם אבֿן־הפֿילוסופֿים, װאָס פֿאַרװאַנדלט אַלע כעמישע עלעמענטן אין רײן גינגאָלד. דער גרױער שטײן האָט אױסגעזען אַ ביסל געלבלעך, װײַל די לופֿט־מאָלעקולן, װאָס האָבן קאָנטאַקטירט מיט זײַן אױבערפֿלאַך, האָבן אים באַגילדיקט. אָפּגעװישט דעם אבֿן מיט אַ װײך שטיקל פֿלאַנעל, האָט ער אים אַװעקגעלײגט צוריק אינעם רענצל.
די צײַט ט'זיך װידער אָפּגעשטעלט. אינעם אױפֿגעריסענעם קאָסמאָס ז'אױפֿגעשטאַנען אַ נײַע זון, גלײַכצײַטיק אַ שװאַרצע און אַ װײַסע.
2
(אינערלעכער קאָנטור)
ער/זי'ז פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ יונגער פֿרױ, די פֿולינקע רױטהאָריקע אײַלין, די לעצטע דרויִדקע פֿון די װײלסער װאַלדלאַנען. קעגנאיבער, װי אַ ריזיקע לבֿנהדיקע סאָװע, ז'געשטאַנען דער אַלכעמיקער ־־־ אַ הױכװוּקסיקער מאַן מיט אַ לאַנגער זילבערנער באָרד, װוּ ס'האָם'זיך פֿאַרפּלאָנטערט עטלעכע בינטלעך גאַלאַקטיקעס, קװאַזאַרן און פֿאַרשײדן־קאָליריקע קנױלעכלעך קאָסמאָס־נעפּל.
דער אַלכעמיקער ט'באַצױבערט געקוקט אינעם פֿליסיקן הימל, װוּ עס זענען פֿאַרבײַגעשװוּמען אוראַלטע הילצערנע שיפֿן מיט פֿרעמדע מחשבֿות. זײערע זעגלען האָבן געברענט, אַראָפּװאַרפֿנדיק אױף דר'ערד פֿינקעלעך און קופּערנע זשוקעס.
־־־ נו, סוף־כּל־סוף, איז יעדער מענטש אַ באַרד, האָט פֿאַרטרױמט געזאָגט אײַלין. נ'די אַלטע רובינענע צײַטן האָבן די באַרדן געקענט שאַפֿן און צעשטערן פֿליִענדיקע פּאַלאַצן, אײַז־אוזאָרן, פֿיר־בלעטערדיקע קלעװער־גרעזלעך און חלומדיקע שטערן־אױגן ־ אַלץ מיט זײערע לידער . װערטער זענען געװען זאַכן ־־־ זאַכן זענען געװען װערטער. ביז די שטורעמװינטן זענען נישט געקומען. ביז די שטורעמװינטן האָבן נישט געבראַכט ים־זאַלץ און טרױעריקע זון־פֿאַרגאַנגען. מיר זענען די לעצטע דרויִדן. שױן לאַנג עקזיסטירן מיר נישט, נאָר אונדזערע חלומות טאַנצן נאָך אַלץ אױף די דאָזיקע אָזערע־ברעגן, צװישן די פֿאַרכּישופֿטע אַשבײמער. אײנמאָל אין אַ יובֿל קומען מיר אַראָפּ צו געפֿינען דעם לעצטן באַרד, ביז ער װעט נישט אָנהײבן װײנען, דערזעענדיק װי דער גאַנצער אוניװערס װערט צעשפּליטערט אױף תּהומען און אומזינען. דעמאָלט קערן מיר זיך אומעט, צריק אינעם גאָרנישט, װען דער מילכװעג װערט װידער אָפּגעשפּיגלט אין דער לאַכנדיקער אָזערע: שטיל און קאַלט, קאַלט און שטיל, אָן אַ ציל.
3
(יאָדער)
ח נח נט ה ד סב סג א מט טו יד נב נג יא י נו מא כג כב מד מח יט יח מה לב לד לח כט כה לה לט כח מ כו כז כז לז לו ל לא לג יז מז מו כ כא מג מב כד ט נה נא יב יג נד נ טז סד ב ג סאַ ס ו ז נז
נישטאָ קײן אַלכעמיקער!
4
(באַנוץ־אינסטרוקציע)
זיצט רויִק, געלאַסן, באַװעגט־זיך נישט. באַרויִקט־זיך אינגאַנצן. אין אײַערע הענט הײבט אָן צו שטראָמען אַ באַקװעם, װאַרעם געפֿיל פֿון רויִקײט. אין אײַערע פֿיס הײבט אָן צו שטראָמען אַ באַקװעם, װאַרעם געפֿיל פֿון רויִקײט. אין אײַער גאַנץ גוף הײבט אָן צו שטראָמען אַ באַקװעם, װאַרעם געפֿיל פֿון רויִקײט. דאָס עלעקטרישע הודיעניש אין אײַער קאָפּ װערט פֿאַרלאָשן. דאָס איז נישט היפּנאָז, דאָס איז בלױז אַ לינגװאָ־פּראָגראַמיסטישע אינסטרוקציע, װי אַזױ זיך אײַנצוגעװױנען צו דעם טראַנספֿאָרמאַטאָר. זיצט שטיל און רויִק, באַװעגט־זיך נישט. דאָס איז נישט היפּנאָז, דאָס איז בלױז אַ לינגװאָ־פּראָגראַמיסטישע אינסטרוקציע, װי אַזױ זיך אײַנצוגעװױנען צו דעם טראַנספֿאָרמאַטאָר.
װי איר האָט שױן פֿאַרשטאַנען, האָט איר קאָנסטרויִרט, צוגעשליסן און אָנגעצונדן אַ היפּערװערבאַלן טראַנספּערסאָנעלן טעלעפּאָרטירנדיקן פּסיכאָאַקטיװן טראַנספֿאָרמאַטאָר. דעם טראַנספֿאָרמאַטאָר קען מען נישט פֿאַרלעשן. דעם טראַנספֿאָרמאַטאָר קען מען נישט צעשטערן. דעם טראַנספֿאָרמאַטאָר קען מען נישט אַרױסנעמען. דער טראַנספֿאָרמאַטאָר װעט תּמיד אַרבעטן אין אײַער מוח ־־־ ער װעט ברענגען אַ נײַע פּאַראַדיגמע אין אײַערע מחשבֿות.
װי איר האָט שױן פֿאַרשטאַנען, דער אַלכעמיקער זענט איר. איר זענט דער אַלכעמיקער. בײדע קאָנטורן זענען געמאַכט פֿון דער בעסטער הױך־טעמפּעראַטור־סופּערקאָנדוקטיװער קעראַמיק, װאָס געפֿינט זיך אין די אינטערסטעלאַריט־דזשונגלען פֿון דער גאַלאַקטיק מ־31. דער יאָדער איז קאָנסטרויִרט פֿונעם אולטראַ־פֿעראָמאַגנעטישן פֿעריט פֿון דער קאָנסטעלאַציע אָריִאָן. איר האָט באַקומען דעם בעסטן היפּערװערבאַלן טראַנספּערסאָנעלן טעלעפּאָרטירנדיקן פּסיכאָאַקטיװן טראַנספֿאָרמאַטאָר אינעם אוניװערס.
איר זענט געװאָרן אַן אַלכעמיקער. דאָס איז נישט היפּנאָז, דאָס איז בלױז אַ לינגװאָ־פּראָגראַמיסטישע אינסטרוקציע, װי אַזױ זיך אײַנצוגעװױנען צו דעם טראַנספֿאָרמאַטאָר. זיצט רויִק, געלאַסן, באַװעגט־זיך נישט. פֿאַרמאַכט אײַערע אױגן אױף צװײ מינוט, כּדי זיך צוצוגעװױנען צו דעם היפּערװערבאַלן טראַנספּערסאָנעלן טעלעפּאָרטירנדיקן פּסיכאָאַקטיװן טראַנספֿאָרמאַטאָר, דעם בעסטן אינעם אוניװערס.
END_INSTRUCTION;
output ("HTTP Transformer successfully installed");
return;
April 25, 1962
...
דאָס מײדל, װאָס האָט מיר פֿאַרקױפֿט דעם כּתבֿ־יד, האָט געזאָגט, אַז זי האָט צופֿעליק געקױפֿט דאָס נאָטן־בוך פֿון עפּעס אַן עלטערער ייִדענע, מיט װעלכער זי איז נישט באַקאַנט. צום באַדױערן, מיר האָט זיך נישט אײַנגעגעבן אױסצוגעפֿינען, װער עס האָט מחבר געװען דעם דאָזיקן װוּנדערלעכן טעקסט.
װען איך האָב אים איבערגעלײענט, האָב איך געמײנט, אַז דאָס איז סתּם אַ שטיקל "סײַ־פֿײַ", אָנגעשריבן אױף ייִדיש. אין אַ װאָך אַרום האָב איך אָבער דערזען גאָר אַ מאָדנעם מענטש אין אַ חלום: אַן אוראַלטן זאָקן מיט אַ לאַנגער װײַסער באָרד, אָנגעטאָן אין אַ גרינעם קאַפֿטן. דער אַלטער מאַן האָט געהאַלטן אַ גרױסן דימענטענעם שטעקן אין זײַן רעכטער האַנט. אױף זײַן ברוסט איז געהאַנגען אַן אײַזערנער שפּיגל מיט אַ זילבערנער קײַט. ער האָט גערעדט אױף לשון־קודש, אױסגעמישט מיט אַראַמיש, אָבער איך האָב אים גאַנץ גרינג פֿאַרשטאַנען.
דער זאָקן האָט געמאָלדן, אַז ער הײסט חנוך־אידריס, אָדער, װי אַנדערע מענטשן רופֿן אים אָן, הערמעס טריסמעגיסטוס. ער האָט אָנגערירט מײַנע בײדע פּלײצעס מיט זײַן שטעקן, און דערקלערט, אַז ער קומט צו די אַלע אַלכעמיקער, װאָס גײען דורך אַ גײַסטיקע טראַנספֿאָרמאַציע. דערנאָך איז ער פֿאַרשװוּנדן געװאָרן, און איך בין אומגעריכט אַריבערגעטראָגן געװאָרן אין אַ מיטלעלטערישער לאַבאָראַטאָריע. אין מײַנע הענט איז געװען דער אבֿן־הפֿילוסופֿים ־ דער שטײן, װאָס פֿאַרװאַנדלט אַלע כעמישע עלעמענטן אין רײן גינגאָלד. די װיזיע איז געװען אױסערגעװײנטלעך קלאָר: כ'האָב דײַטלעך פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז אַ חלום. זינט דעמאָלט האָב איך אָנגעהױבן צו פֿילן אַ שטאַרקן, שטענדיקן חשק צו שרײַבן פֿאַנטאַטישע דערצײלונגען אױף ייִדיש.
דעריבער, אױב איר װעט אױך אָנהײבן זען מאָדנע חלומות און פּלוצעם דערפֿילן, אַז אײַער באַרוף איז צו שרײַבן "סײַ־פֿײַ" אױף מאַמע־לשון, זאָלט איר זיך נישט זאָרגן: דאָס איז בלױז אַ היפּערװערבאַלער טראַנספּערסאָנעלער טעלעפּאָרטירנדיקער פּסיכאָאַקטיװער טראַנספֿאָרמאַטאָר, דער בעסטער אינעם אוניװערס, װאָס איז אױף אײביק אײַנגעפֿלאַנצט געװאָרן אין אײַער קאָפּ.