תּורה נבֿיאים וּכתובֿים
תּרגום ייִדיש פֿון יהואש
רוּת

/1:1 און עס איז געװען אין די טעג װאָס די שוֹפֿטים האָבן געהערשט, איז געװען אַ הונגער אין לאַנד. און אַ מאַן איז געגאַנגען פֿון בית-לֶחֶם-יהודה זיך אױפֿצוהאַלטן אין פֿעלד פֿון מואָבֿ, ער מיט זײַן װײַב און זײַנע צװײ זין. /1:2 און דער נאָמען פֿון דעם מאַן איז געװען אֶלימֶלֶך, און דער נאָמען פֿון זײַן װײַב נָעֳמי, און דער נאָמען פֿון זײַנע צװײ זין מַכלוֹן און כִּליוֹן – אֶפֿרָתער פֿון בית-לֶחֶם-יהודה. און זײ זײַנען געקומען אין פֿעלד פֿון מואָבֿ, און זײַנען דאָרטן געװען.

/1:3 איז געשטאָרבן אֶלימֶלֶך, נָעמיס מאַן, און זי איז איבערגעבליבן, מיט אירע צװײ זין. /1:4 און זײ האָבן גענומען מואָבֿער װײַבער: דער נאָמען פֿון אײנער איז געװען עָרפָּה און דער נאָמען פֿון דער צװײטער רות. און זײ זײַנען דאָרטן געזעסן אַרום צען יאָר.

/1:5 און זײ בײדע, מַכלוֹן און כִּליוֹן, זײַנען געשטאָרבן, און די פֿרױ איז געבליבן פֿאַרעלנדט פֿון אירע בײדע קינדער און איר מאַן. /1:6 און זי איז אױפֿגעשטאַנען מיט אירע שניר, און האָט זיך אומגעקערט פֿון פֿעלד פֿון מואָבֿ, װאָרום זי האָט געהערט אין פֿעלד פֿון מואָבֿ אַז גאָט האָט געדאַכט אָן זײַן פֿאָלק, זײ צו געבן ברױט. /1:7 און זי איז אַרױס פֿון דעם אָרט װאָס זי איז דאָרטן געװען, און אירע בײדע שניר מיט איר, און זײ זײַנען געגאַנגען אין װעג, כּדי זיך אומצוקערן צום לאַנד יהודה.

/1:8 האָט נָעמי געזאָגט צו אירע בײדע שניר: גײט קערט אײַך אום איטלעכע צו איר מוטערס הױז. /1:9 זאָל גאָט טאָן מיט אײַך חסד אַזױ װי איר האָט געטאָן מיט די געשטאָרבענע און מיט מיר. זאָל אײַך גאָט געבן איר זאָלט געפֿינען מנוחה איטלעכע אין הױז פֿון איר מאַן.

און זי האָט זײ געקושט; און זײ האָבן אױפֿגעהױבן זײער קָול און האָבן געװײנט. /1:10 און זײ האָבן צו איר געזאָגט: נײן, נײַערט מיר װעלן מיט דיר זיך אומקערן צו דײַן פֿאָלק. /1:11 האָט נָעמי געזאָגט: קערט אײַך אום, טעכטער מײַנע, צוּ װאָס זאָלט איר גײן מיט מיר? האָב איך דען נאָך זין אין מײַן לײַב, אַז זײ זאָלן אײַך װערן פֿאַר מאַנען? /1:12 קערט אײַך אום, טעכטער מײַנע, גײט, װאָרום איך בין צו אַלט צו האָבן אַ מאַן; לאָמיך שױן זאָגן, איך האָב אַ האָפֿענונג, איך זאָל נאָך די נאַכט האָבן אַ מאַן, און זאָל אױך געבערן זין, /1:13 װעט איר דען אױף זײ אױסקוקן ביז זײ װעלן גרױס װערן? װעט איר צוליב זײ בלײַבן זיצן ניט צו נעמען קײן מאַן? נײן, טעכטער מײַנע! װאָרום מיר איז פֿיל ביטערער פֿון אײַך, װײַל גאָטס האַנט איז אױסגעגאַנגען אױף מיר.

/1:14 האָבן זײ אױפֿגעהױבן זײער קָול און האָבן װידער געװײנט. און עָרפָּה האָט זיך צעקושט מיט איר שװיגער, אָבער רות האָט זיך באַהעפֿט אָן איר. /1:15 האָט זי געזאָגט: זע, דײַן שװעגערין האָט זיך אומגעקערט צו איר פֿאָלק און צו איר גאָט; קער זיך אום נאָך דײַן שװעגערין. /1:16 האָט רות געזאָגט: זאָלסט מיך ניט בעטן דיך צו פֿאַרלאָזן, זיך אומצוקערן פֿון הינטער דיר, װאָרום װוּהין דו װעסט גײן, װעל איך גײן, און װוּ דו װעסט נעכטיקן, װעל איך נעכטיקן; דײַן פֿאָלק איז מײַן פֿאָלק, און דײַן גאָט איז מײַן גאָט. /1:17 װוּ דו װעסט שטאַרבן, װעל איך שטאַרבן, און דאָרטן װעל איך באַגראָבן װערן. זאָל מיר גאָט טאָן אַזױ און נאָך מער! נאָר דער טױט װעט פֿאַנאַנדערשײדן צװישן מיר און צװישן דיר.

/1:18 און זי האָט געזען, אַז זי האַלט זיך פֿעסט צו גײן מיט איר, און זי האָט אױפֿגעהערט זי אָפּצורעדן. /1:19 און זײ זײַנען בײדע געגאַנגען ביז זײ זײַנען געקומען קײן בית-לֶחֶם. און עס איז געװען, װי זײ זײַנען אָנגעקומען קײן בית-לֶחֶם, אַזױ האָט די גאַנצע שטאָט געטומלט מיט זײ, און די װײַבער האָבן געזאָגט: איז דאָס נָעמי? /1:20 האָט זי צו זײ געזאָגט: איר זאָלט מיך ניט רופֿן נָעמי, רופֿט מיך מָרָה, װאָרום דער אַלמאַכטיקער האָט מיר זײער פֿאַרביטערט. /1:21 אַ פֿולע בין איך אַרױסגעגאַנגען, און לײדיק האָט מיך גאָט אומגעקערט. נאָך װאָס רופֿט איר מיך נָעמי, אַז גאָט איז מײַן קלעגער געװאָרן, און דער אַלמאַכטיקער האָט מיר שלעכטס געטאָן.

/1:22 אַזױ האָט זיך אומגעקערט נָעמי, און איר שנור רות די מואָבֿערין מיט איר, די װאָס האָט זיך אומגעקערט פֿון דעם פֿעלד פֿון מואָבֿ. און זײ זײַנען אָנגעקומען אין בית-לֶחֶם אין אָנהײב גערשטנשניט.

/2:1 און נָעמי האָט געהאַט איר מאַנס אַ קרובֿ, אַ װוילפֿאַרמעגלעכן מאַן פֿון אֶלימֶלֶכס משפּחה, װאָס זײַן נאָמען איז געװען בוֹעַז.

/2:2 און רות די מואָבֿערין האָט געזאָגט צו נָעמין: לאָמיך גײן, איך בעט דיך, אין פֿעלד, און איך װעל אױפֿקלײַבן זאַנגען הינטער דעם װאָס איך װעל געפֿינען לײַטזעליקײַט אין זײַנע אױגן. האָט זי געזאָגט צו איר: גײ, מײַן טאָכטער.

/2:3 איז זי אַװעק, און איז געקומען און האָט געקליבן אין פֿעלד הינטער די שניטערס, און אױף איר טראַף האָט זיך געטראָפֿן דאָס שטיק פֿעלד פֿון בוֹעַזן װאָס פֿון אֶלימֶלֶכס משפּחה. /2:4 ערשט בוֹעַז איז אָנגעקומען פֿון בית-לֶחֶם, און האָט געזאָגט צו די שניטערס: גאָט מיט אײַך! און זײ האָבן צו אים געזאָגט: בענטשן זאָל דיך גאָט! /2:5 האָט בוֹעַז געזאָגט צו זײַן יונג װאָס איז געשטאַנען איבער די שניטערס: װעמעס איז די דאָזיקע יונגע פֿרױ? /2:6 האָט געענטפֿערט דער יונג װאָס איז געשטאַנען איבער די שניטערס, און האָט געזאָגט: דאָס איז אַ יונגע פֿרױ אַ מואָבֿערין, װאָס האָט זיך אומגעקערט מיט נָעמין פֿון דעם פֿעלד פֿון מואָבֿ; /2:7 און זי האָט געזאָגט: לאָמיך קלײַבן, איך בעט דיך, און אױפֿזאַמלען צװישן די גאַרבן הינטער די שניטערס; און זי איז געקומען און איז געשטאַנען פֿון זינט פֿרימאָרגן אַזש ביז אַצונד; דאָס בלײַבן אירס אין דער הײם איז בלױז געװען אַ װײַלע. /2:8 האָט בוֹעַז געזאָגט צו רותן: פֿאַר װאָר, דו הערסט, מײַן טאָכטער? זאָלסט ניט גײן קלײַבן אין אַן אַנדער פֿעלד, און זאָלסט אױך ניט אַװעקגײן פֿון דאַנען; נאָר דאָ זאָלסטו זיך האַלטן מיט מײַנע מײדלעך. /2:9 דײַנע אױגן זאָלן זײַן אױף דעם פֿעלד װאָס זײ שנײַדן, און זאָלסט גײן הינטער זײ. פֿאַר װאָר, איך האָב באַפֿױלן די יונגען, דיך ניט אָנצורירן; און אַז דיר װעט דאָרשטן, זאָלסטו גײן צו די כּלים, און טרינקען פֿון װאַנען די יונגען שעפּן.

/2:10 איז זי געפֿאַלן אױף איר פּנים, און האָט זיך געבוקט צו דער ערד, און האָט צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָס האָב איך געפֿונען לײַטזעליקײַט אין דײַנע אױגן, מיך צו דערקענען, אַז איך בין אַ פֿרעמדע? /2:11 האָט בוֹעַז געענטפֿערט און האָט צו איר געזאָגט: דערצײלן איז מיר דערצײלט געװאָרן אַלץ װאָס דו האָסט געטאָן מיט דײַן שװיגער נאָך דײַן מאַנס טױט, און אַז דו האָסט פֿאַרלאָזן דײַן פֿאָטער און דײַן מוטער, און דאָס לאַנד פֿון דײַן געבאָרנשאַפֿט, און ביסט געגאַנגען צו אַ פֿאָלק װאָס דו האָסט ניט געקענט פֿון נעכטן-אײערנעכטן. /2:12 זאָל גאָט באַצאָלן דײַן טוּונג, און דײַן שׂכר זאָל זײַן פֿאַרפֿול פֿון י" דעם גאָט פֿון ישׂראל, װאָס דו ביסט געקומען זיך באַשיצן אונטער זײַנע פֿליגלען. /2:13 האָט זי געזאָגט: לאָמיך געפֿינען לײַטזעליקײַט אין דײַנע אױגן, מײַן האַר! װײַל דו האָסט מיך געטרײסט, און װײַל דו האָסט גערעדט צום האַרצן פֿון דײַן דינסט, און איך בין צו מאָל ניט װי אײנע פֿון דײַנע דינסטן. /2:14 האָט בוֹעַז צו איר געזאָגט: אין דער צײַט פֿון עסן, גענען אַהער, און װעסט עסן פֿון דעם ברױט, און װעסט אײַנטונקען דײַן ביסן אין זױערס.

און זי איז געזעסן בײַ דער זײַט פֿון די שניטערס, און מע האָט איר דערלאַנגט געברענטע זאַנגען, און זי האָט געגעסן און איז זאַט געװאָרן, און האָט נאָך איבערגעלאָזן. /2:15 און װי זי איז אױפֿגעשטאַנען צו קלײַבן, האָט בוֹעַז באַפֿױלן זײַנע יונגען, אַזױ צו זאָגן: אױך צװישן די גאַרבן זאָל זי קלײַבן, און איר זאָלט זי ניט פֿאַרשעמען. /2:16 און אױך אַרױסציען פֿון די בינטלעך זאָלט איר פֿאַר איר אַרױסציען, און איבערלאָזן, אַז זי זאָל אױפֿקלײַבן; און איר זאָלט ניט אָנשרײַען אױף איר.

/2:17 און זי האָט געקליבן אין פֿעלד ביזן אָװנט, און זי האָט אױסגעקלאַפּט װאָס זי האָט אָנגעקליבן, און עס איז געװען אַרום אַן אֵיפָֿה גערשטן. /2:18 און זי האָט עס גענומען און איז אַרײַנגעגאַנגען אין שטאָט. און איר שװיגער האָט געזען װאָס זי האָט אָנגעקליבן, אױך האָט זי אַרױסגענומען און איר געגעבן װאָס זי האָט איבערגעלאָזן נאָך איר זעט. /2:19 האָט איר שװיגער צו איר געזאָגט: װוּ האָסטו געקליבן הײַנט, און װוּ האָסטו געאַרבעט? געבענטשט זאָל זײַן דער װאָס האָט זיך אומגעקוקט אױף דיר! האָט זי דערצײלט איר שװיגער בײַ װעמען זי האָט געאַרבעט, און זי האָט געזאָגט: דער נאָמען פֿון דעם מאַן װאָס איך האָב בײַ אים הײַנט געאַרבעט, איז בוֹעַז. /2:20 האָט נָעמי געזאָגט צו איר שנור: געבענטשט זאָל ער זײַן פֿון גאָט, װאָס האָט ניט פֿאַרלאָזן זײַן חסד מיט די לעבעדיקע און מיט די טױטע! און נָעמי האָט צו איר געזאָגט: דער מאַן איז אונדזערער אַ נאָנטער, ער איז פֿון אונדזערע אױסלײזער. /2:21 האָט רות די מואָבֿערין געזאָגט: ער האָט מיר אױך אָנגעזאָגט: לעבן די יונגען װאָס בײַ מיר זאָלסטו זיך האַלטן, ביז װאַנען זײ װעלן ענדיקן דעם גאַנצן שניט װאָס בײַ מיר. /2:22 האָט נָעמי געזאָגט צו רות איר שנור: עס איז גוט, מײַן טאָכטער, אַז דו זאָלסט אַרױסגײן מיט זײַנע מײדלעך, און מע זאָל דיך ניט אָנטרעפֿן אין אַן אַנדער פֿעלד.

/2:23 און זי האָט זיך געהאַלטן אָן בוֹעַזעס מײדלעך, צו קלײַבן ביז צום סָוף פֿון גערשטנשניט און װײצשניט. און זי איז געזעסן בײַ איר שװיגער.

/3:1 און נָעמי איר שװיגער האָט צו איר געזאָגט: מײַן טאָכטער, זאָל איך דיר ניט אױפֿזוכן אַן אָפּרו װאָס זאָל גוט זײַן פֿאַר דיר? /3:2 און אַצונד, איז ניט בוֹעַז אונדזערער אַ קרוב – דער װאָס דו ביסט געװען מיט זײַנע מײדלעך? אָט װינטשופֿלט ער די נאַכט דעם שײַער גערשטן. /3:3 זאָלסטו זיך אַרומװאַשן און באַזאַלבן, און אָנטאָן אױף דיר דײַנע קלײדער, און אַראָפּנידערן צום שײַער; זאָלסט זיך ניט לאָזן מערקן פֿון דעם מאַן, ביז ער האָט געענדיקט עסן און טרינקען. /3:4 און עס װעט זײַן װי ער װעט זיך לײגן, אַזױ זאָלסטו מערקן דעם אָרט װאָס ער װעט זיך דאָרטן לײגן, און זאָלסט צוקומען און אָפּדעקן זײַן צופֿוסן, און זיך אַװעקלײגן; און ער װעט דיר זאָגן װאָס דו זאָלסט טאָן. /3:5 האָט זי צו איר געזאָגט: אַלץ װאָס דו זאָגסט מיר װעל איך טאָן.

/3:6 און זי האָט אַראָפּגענידערט צום שײַער, און האָט געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס איר שװיגער האָט איר געהײסן. /3:7 און בוֹעַז האָט געגעסן און געטרונקען, און זײַן האַרץ איז געװען פֿרײלעך, און ער איז געגאַנגען זיך לײגן אין עק פֿון דעם תּבֿואה-הױפֿן. איז זי צוגעקומען שטילערהײט, און האָט אָפּגעדעקט זײַן צופֿוסן, און האָט זיך געלײגט. /3:8 און עס איז געװען אין האַלבע נאַכט, האָט דער מאַן אױפֿגעציטערט, און ער האָט זיך אױסגעדרײט, ערשט אַ פֿרױ ליגט אים צו פֿוסן. /3:9 האָט ער געזאָגט: װער ביסטו? האָט זי געזאָגט: איך בין רות דײַן דינסט; און זאָלסט אױסשפּרײטן דײַן ברעג קלײד איבער דײַן דינסט, װאָרום אַן אױסלײזער ביסטו. /3:10 האָט ער געזאָגט: געבענטשט זאָלסטו זײַן פֿון גאָט, מײַן טאָכטער; דײַן לעצטע גוטסקײט האָסטו נאָך שענער געטאָן פֿון דער ערשטער, ניט צו גײן נאָך די בחורים, צי אָרים צי רײַך. /3:11 און אַצונד, מײַן טאָכטער, זאָלסטו ניט מוֹרא האָבן; אַלץ װאָס דו װעסט זאָגן, װעל איך דיר טאָן, װאָרום דער גאַנצער טױער פֿון מײַן פֿאָלק װײס אַז דו ביסט אַ װוילע פֿרױ. /3:12 און אַצונד, יאָ אמת, אַז אַן אױסלײזער בין איך, אָבער פֿאַראַן אַן אױסלײזער נענטער פֿון מיר. /3:13 בלײַב די נאַכט, און עס װעט זײַן אין דער פֿרי, אױב ער װעט דיך אױסלײזן, איז גוט, זאָל ער אױסלײזן; אױב אָבער ער װעט דיך ניט װעלן אױסלײזן, װעל איך דיך אױסלײזן, אַזױ װי גאָט לעבט! ליג ביז אין דער פֿרי.

/3:14 איז זי געלעגן בײַ אים צו פֿוסן ביז באַגינען, און זי איז אױפֿגעשטאַנען אײדער אײנער האָט געקענט דערקענען דעם אַנדערן; װאָרום ער האָט געזאָגט: עס זאָל ניט דערװוּסט װערן אַז די פֿרױ איז געקומען אין שײַער.

/3:15 און ער האָט געזאָגט: גיב אַהער דאָס טוך װאָס אױף דיר, און האַלט עס צו. האָט זי עס צוגעהאַלטן, און ער האָט אַרײַנגעמאָסטן זעקס מאָס גערשטן, און אַרױפֿגעטאָן אױף איר. און ער איז אַרײַנגעגאַנגען אין שטאָט.

/3:16 און זי איז געקומען צו איר שװיגער, האָט זי געזאָגט: װי איז דאָס מיט דיר, מײַן טאָכטער? האָט זי איר דערצײלט אַלץ װאָס דער מאַן האָט צו איר געטאָן. /3:17 און זי האָט געזאָגט: די זעקס מאָס גערשטן האָט ער מיר געגעבן, װײַל ער האָט צו מיר געזאָגט: זאָלסט ניט קומען מיט לײדיקן צו דײַן שװיגער. /3:18 האָט זי געזאָגט: זיץ, מײַן טאָכטער, ביז װאַנען װעסט װיסן װי די זאַך װעט אױספֿאַלן, װאָרום דער מאַן װעט ניט רוען, ביז ער האָט געענדיקט די זאַך הײַנט.

/4:1 און בוֹעַז איז אַרױפֿגעגאַנגען צום טױער, און האָט זיך דאָרטן געזעצט, ערשט דער אױסלײזער פֿון װעמען בוֹעַז האָט גערעדט, גײט פֿאַרבײַ. האָט ער געזאָגט: קום אַהער זעץ זיך דאָ, דער און דער. איז ער צוגעקומען און האָט זיך געזעצט.

/4:2 און ער האָט גענומען צען מענטשן פֿון די עלטסטע פֿון שטאָט, און ער האָט געזאָגט: זעצט אײַך דאָ. און זײ האָבן זיך געזעצט. /4:3 האָט ער געזאָגט צום אױסלײזער: נָעמי װאָס האָט זיך אומגעקערט פֿון פֿעלד פֿון מואָבֿ, פֿאַרקױפֿט דאָס שטיק פֿעלד װאָס האָט געהערט צו אונדזער ברודער, צו אֶלימֶלֶכן. /4:4 האָב איך געקלערט: איך װעל אַנטפּלעקן דײַן אױער, אַזױ צו זאָגן: קױף עס אַנטקעגן פֿאַר די װאָס זיצן דאָ, און אַנטקעגן פֿאַר די עלטסטע פֿון מײַן פֿאָלק. אױב דו װילסט אױסלײזן, לײז אױס! אױב אָבער מע װעט ניט אױסלײזן, זאָג מיר, כּדי איך זאָל עס װיסן, װאָרום ניטאָ קײנער אַחוץ דיר אױסצולײזן, און איך בין נאָך דיר. האָט ער געזאָגט: איך װעל אױסלײזן. /4:5 האָט בוֹעַז געזאָגט: אין דעם טאָג װאָס דו קױפֿסט דאָס פֿעלד פֿון נָעמיס האַנט, און פֿון רות דער מואָבֿערין, האָסטו געקױפֿט די װײַב פֿון דעם געשטאָרבענעם, כּדי אױפֿצושטעלן דעם נאָמען פֿון דעם געשטאָרבענעם אױף זײַן נחלה. /4:6 האָט דער אױסלײזער געזאָגט: איך קען עס ניט אױסלײזן פֿאַר מיר, װאָרום איך װעל נאָך פֿאַרדאַרבן מײַן אײגענע נחלה. לײז דיר דו אױס װאָס איך דאַרף אױסלײזן, װאָרום איך קען ניט אױסלײזן.

/4:7 און אַזױ איז געװען פֿאַרצײַטן אין ישׂראל: בײַ אַן אױסלײז אָדער בײַ אַן אױסבײַט, צו באַפֿעסטיקן עפּעס אַ זאַך, האָט אײנער אַראָפּגעצױגן זײַן שוך און געגעבן דעם אַנדערן. און דאָס איז געװען צום עדות אין ישׂראל.

/4:8 האָט דער אױסלײזער געזאָגט צו בוֹעַזן: קױף עס דיר. און ער האָט אַראָפּגעצױגן זײַן שוך. /4:9 און בוֹעַז האָט געזאָגט צו די עלטסטע, און צו דעם גאַנצן פֿאָלק: איר זײַט עדות הײַנט, אַז איך האָב אָפּגעקױפֿט אַלץ װאָס האָט געהערט צו אֶלימֶלֶכן, און אַלץ װאָס האָט געהערט צו כִּליוֹנען און מַחלוֹנען, פֿון נָעמיס האַנט. /4:10 און אױך רות די מואָבֿערין, מַכלוֹנס װײַב, האָב איך געקױפֿט מיר פֿאַר אַ װײַב, כּדי אױפֿצושטעלן דעם נאָמען פֿון דעם געשטאָרבענעם אױף זײַן נחלה, אַז דער נאָמען פֿון דעם געשטאָרבענעם זאָל ניט פֿאַרשניטן װערן פֿון צװישן זײַנע ברידער, און פֿון דעם טױער פֿון זײַן אָרט; איר זײַט עדות הײַנט. /4:11 האָט געזאָגט דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס אין טױער, און די עלטסטע: עדות! גאָט זאָל געבן אַז די װײַב װאָס קומט אָן אין דײַן הױז, זאָל זײַן אַזױ װי רחל און אַזױ װי לאה װאָס זײ בײדע האָבן אױפֿגעבױט דאָס הױז פֿון ישׂראל! און טו אױף העלדישקײט אין אֶפֿרָת, און האָב אַ באַרופֿענעם נאָמען אין בית-לֶחֶם! /4:12 און דײַן הױז זאָל זײַן אַזױ װי דאָס הױז פֿון פֶּרֶצן װאָס תָּמָר האָט געבאָרן יהודהן, פֿון דעם זאָמען װאָס גאָט װעט דיר געבן פֿון דער דאָזיקער יונגער פֿרױ!

/4:13 און בוֹעַז האָט גענומען רותן, און זי איז אים געװאָרן פֿאַר אַ װײַב, און ער איז צו איר געקומען, און גאָט האָט איר געגעבן טראָגשאַפֿט, און זי האָט געבאָרן אַ זון. /4:14 האָבן די װײַבער געזאָגט צו נָעמין: געלױבט איז גאָט װאָס ער האָט דיך הײַנט ניט געלאָזן אָן אַן אױסלײזער, און זאָל זײַן נאָמען זײַן באַרופֿן אין ישׂראל! /4:15 און ער זאָל דיר זײַן פֿאַר אַ דערקװיקער פֿון דער זעל, און אױף אױסצוהאַלטן דײַן עלטער װאָרום דײַן שנור װאָס האָט דיך ליב, האָט אים געבאָרן, װאָס זי איז דיר בעסער װי זיבן זין.

/4:16 און נָעמי האָט גענומען דאָס קינד, און האָט עס אַרײַנגעטאָן אין איר בוזעם, און זי איז אים געװען פֿאַר אַ דערציערין. /4:17 און די שכנות האָבן אים געגעבן אַ נאָמען, אַזױ צו זאָגן: אַ זון איז געבאָרן געװאָרן בײַ נָעמין; און זײ האָבן גערופֿן זײַן נאָמען עוֹבֵד. דאָס איז דער פֿאָטער פֿון יִשַי דעם פֿאָטער פֿון דודן.

/4:18 און דאָס זײַנען די געבורטן פֿון פֶּרֶצן: פֶּרֶץ האָט געבאָרן חֶצרוֹנען; /4:19 און חֶצרוֹן האָט געבאָרן רָמען, און רָם האָט געבאָרן עַמינָדָבן; /4:20 און עַמינָדָב האָט געבאָרן נַחשוֹנען, און נַחשוֹן האָט געבאָרן שַׂלמָהן; /4:21 און שַׂלמוֹן האָט געבאָרן בוֹעַזן, און בוֹעַז האָט געבאָרן עוֹבֵדן; /4:22 און עוֹבֵד האָט געבאָרן יִשַין, און יִשַי האָט געבאָרן דודן.

Translation by Solomon "Yehoyesh" (Yehoash) Blumgarten (1870-1927) <http://en.wikipedia.org/wiki/Yehoash_%28Blumgarten%29> as published in /Torah, Neviʼim, u-Khetuvim/ (New York: Yehoʼash Farlag Gezelshaft, 1941), and available from the Internet Archive <http://www.archive.org/details/nybc200109>. This work resides in the Public Domain.

Transcribed by Itsik "Robert" Goldenberg <http://yiddish.haifa.ac.il/Visuals/Itsik.htm>, et al, by the Yehoyesh Project <http://yiddish.haifa.ac.il/texts/yehoyesh/welcome.htm> (1998-2006) under the direction of Leonard Prager (1925-2008) <http://yiddish.haifa.ac.il/tmr/tmr12/tmr12022.htm>. This transcription does not include Yehoyesh's footnotes. Yiddish orthography follows /Takones Fun Yidishn oysleyg/ (6th ed., New York: YIVO, 1999).

Distributed by the Open Siddur Project <http://opensiddur.org> in accord with STML transcription rules <http://wiki.jewishliturgy.org/Transcription_Rules> under a Creative Commons Zero Public Domain dedication <http://creativecommons.org/publicdomain/zero/1.0/>. The Open Siddur Project thanks Itsik Goldenberg and the Prager family for their support in releasing this edition of the Yehoyesh Project's transcription of Yehoyesh's Yiddish translation of the Tanakh.