אַז מע דערצײלט אַ מעשׂה אַ פּױער, לאַכט ער דרײַ מאָל. דעם ערשטן מאָל לאַכט ער װען מען דערצײלט אים די מעשׂה, דעם צװײטן מאָל װען מען דערקלערט אים, און דעם דריטן מאָל װען ער פֿאַרשטײט די מעשׂה.
אַ פּריץ לאַכט צװײ מאָל. אײן מאָל לאַכט ער, װען מען דערצײלט אים און אַ צװײטן מאָל, װען מען דערקלערט אים, װאָרעם פֿאַרשטײן פֿאַרשטײט ער זי סײַ-װי-סײַ ניט.
אַן אָפֿיציר לאַכט נאָר אײן מאָל, בשעת מע דערצײלט אים, װאָרעם דערקלערן לאָזט ער זיך ניט, און פֿאַרשטײן פֿאַרשטײט ער ניט.
אַ ייִד אַז מע דערצײלט אים אַ מעשׂה, מאַכט ער: ”װײס איך װאָס! אַלטע מעשׂיות!“, און ער קען די מעשׂה בעסער דערצײלן.