כאָטש עס גײט אַ רעגן און איז טונקל אױף דער גאַס
האָב איך ניט קײן שירעם און די פּלײצעס װערן נאַס.
מוז איך פֿאָרן װײַל עס װאַרט אױף מיר מײַן מלכּהלע
אױב איך קום ניט צו דער צײַט װעט זי זײַן אין כּעס.
בלױז האָב איך צװײ רעדער און אַ לאַנגן װעג צו איר.
װאַרט זי שױן בײַם פֿענצטער און זי קוקט אַרױס נאָך מיר.
כאָטש איך בין שױן שפּעט איז די װעטשערע נישט קאַלט
פֿאָרן פֿאָר איך גיכער און איך קלאַפּ שױן אױף איר טיר.
באַגריסט זי מיך גאָר פֿײַן און מיר הײבן אָן צו עסן
אין דער פּאַרע פֿון דער יױך װערט דער רעגן לאַנג פֿאַרגעסן.