געהאַקטע לעבער, געפֿילטע פֿיש:
שבת איז אַ פֿאַרגעניגן!
שטעל די בלומען אױפֿן טיש.
איך געדענק דער באָבעס ניגון.
חלה, גריװן, קוגל, יױך:
קומען אָן די מחותּנים.
װי אַ טױב, די כּלה אױך.
אױ, זי האָט איר באָבעס פּנים!
שטרודל, צימעס, זיסע־קאַלטע:
אַ סעודה װאָס מען װעט געדענקען.
יונגע ליבע, רעיונות אַלטע.
די אײניקלעך זכרונות שענקען.