חנוכּה־געלט
פֿון שלום עליכם

א.

טרעפֿט, קינדער, װאָסער יום-טובֿ איז דער בעסטער פֿון אַלע ימים־טובֿים?

חנוכּה.

אַכט טעג כּסדר נישט גײן אין חדר, עסן לאַטקעס מיט שמאַלץ, שפּילן אין דרײדל און באַקומען פֿון אַלע זײַטן חנוכּה־געלט ― נו, באַדאַרף מען נאָך אַ בעסערן יום־טובֿ?

װינטער. דרױסן איז קאַלט, דער פֿראָסט ברענט מיט סכּנות. די פֿענצטער זענען פֿאַרקאָװעט, באַדעקט מיט שנײ, צעמאָלט אױפֿן שענסטן אָרט און אין שטוב איז װאַרעם ― מחיה־נפֿשות. דאָס זילבערנע חנוכּה־לעמפּל שטײט צוגעגרײט נאָך פֿון בײַטאָג. דער טאַטע גײט אום איבער דער שטוב, די הענט אַרונטער, און דאַװענט מעריבֿ. אױסגעשטאַנען שמונה־עשׂרה, נעמט ער אַרױס פֿון טישקעסטל אַ װעקסן ליכטל (דעם שמשׂ), זאָגט ”עלינו“ און מאַכט צו אונדז, צו מיר מיט מײַן ייִנגערן ברודער, מאָטל, אױף לשון־קדוש:

― אי־אָ! שהוא נוטה שמים וּיוסד האָרץ ... אי־נו־אָ!

איך און מײַן ברודער מאָטל פֿאַרשטײן ניט װאָס ער מײנט. און מיר פֿרעגן אים:

― װאָס? אַ שװעבעלע?

דער טאַטע באַװײַזט מיט דער האַנט אַהין, אין קיך אַרײַן.

― אי־אָ־אָ! ועל כּן נקװה לך ... אי־אָ־נו!

― װאָס? אַ קאָלאָדאַטש־מעסער? אַ שערל? דאָס אױבערשטע פֿונעם שטױסל? מט־אי־אי־אָ־נו־פֿע! אַמי! אַמי! ביום ההוא יהיה יי אחד ושמו אחד ... די מאַמע! רופֿט אַרײַן די מאַמע, לאָז זי גײן הערן בענטשן חנוכּה־ליכטלעך.

איך און מײַן ברודער מאָטל לאָזן זיך לױפֿן בײדע, אײנס איבערן אַנדערן.

― מאַמע! גיכער, חנוכּה־ליכטלעך!

― אױ, אַ מכּה איז מיר, חנוכּה־ליכטלעך! ― זאָגט די מאַמע און װאַרפֿט־אַװעק אַלע אַרבעט אין קיך (מע האָט געקױלעט גענדז, מע פּרעגלט שמאַלץ, מע האָט גערעשטשינעט לאַטקעס) און לאָזט זיך לױפֿן אין שטוב אַרײַן, און נאָך איר ― ברײַנע די קעכין, אַ שװאַרצע ייִדענע מיט װאָנצעס, מיט אַ פֿעט פּנים און מיט תּמיד פֿעטע אױסגעשמירטע הענט. די מאַמע שטעלט זיך אַװעק אין אַ זײַט און מאַכט אַ פֿרום פּנים, און ברײַנע די קעכין בלײַבט שטײן בײַ דער טיר, װישט די הענט אינעם קױטיקן פֿאַרטעך, טוט אַ שמיר מיט דער פֿעטער האַנט איבער דער נאָז פֿון אונטן אַרױף און לאָזט־איבער אַ שװאַרצן צײכן איבערן גאַנצן פּנים. מיר זענען שטאַרקער פֿון אײַזן, איך און מײַן ברודער מאָטל, אַז מיר האַלט זיך אײַן און שיסן ניט אױס קײן געלעכטער.

דער טאַטע גײט צו מיטן אָנגעצונדענעם שמשׂ צום חנוכּה־לעמפּל, בײגט זיך און מאַכט די ברכה מיטן באַקאַנטן ניגון: ”ברוך אַתּה!“ און לאָזט אױס: ”להדליק נר של חנוכּה!“

די מאַמע ענטפֿערט מיט גרױס יראַת־שמים ”ברוך הוא ובֿרוך שמו, אָמן“, און ברײַנע שאָקלט צו מיטן קאָפּ און מאַכט בשעת מעשׂה אַזעלכע פּיסקעס, אַז איך און מײַן ברודער מאָטל האָבן מורא אַ קוק טון אײנעם אױף דאָס אַנדערע.

”הנרות הללו שאָנו מדליקין“ ... ― זינגט דער טאַטע אונטער דער נאָז און שפּאַצירט אַרום הין און צוריק איבערן זאַל, קוקט אױפֿן חנוכּה־לעמפּל, זאָגט און הערט גאָר נישט אױף צו זאָגן. מיר װאָלטן װעלן, עס זאָל שױן האָבן אײן עק, ער זאָל זיך שױן נעמען צו דער קעשענע, צום בײַטעלע. מיר װינקען זיך איבער, שטופּן אונטער אײנס דאָס אַנדערע:

― מאָטל, גײ צו, זאָג אים חנוכּה־געלט.

― װאָס עפּעס איך זאָל זאָגן חנוכּה־געלט?

― אַזױ, װאָרעם דו ביסט קלענער, באַדאַרפֿסט דו בעטן חנוכּה־געלט.

― טאָמער פֿאַרקערט, דו ביסט עלטער, באַדאַרפֿטס דו בעטן חנוכּה־געלט.

דער טאַטע הערט גאַנץ גוט, אַז מיר רעדן פֿון חנוכּה־געלט, נאָר ער מאַכט זיך, װי ער הערט ניט. שטיל, נישט געכאַפּט, גײט ער צו צום טישקעסטל און צײלט געלט. עס גײט אונדז איבער אַ קלײן פֿרעסטל איבערן לײב, עס ציטערן די הענט, עס קלאַפּט דאָס האַרץ. מיר קוקן אױף דער סטעליע, קראַצן זיך אונטער דער פּאה, מאַכן זיך כּלומרשט, קאַלטבלוטיק, גלײַך װי ניט אונדז מײנט מען.

דער טאַטע טוט אַ הוסט..

― הם ... קינדער, קומט נאָר אַהער.

― האַ? װאָס איז?

נאַט אײַך חנוכּה־געלט.

באַקומען אונדזער חנוכּה־געלט, לאָזן מיר זיך גײן, איך און מײַן ברודער מאָטל, פֿריִער פּאַװאָליע, װי די סטאַטיקעס, און נאָכדעם ― גיכער און גיכער, מיט אַ שפּרונג־אונטער און מיט אַ טענצל. און ביז מיר קומען אין אונדזער חדרל אַרײַן קאָנען מיר זיך ניט אײַנהאַלטן, קוליען זיך איבער דרײַ מאָל מיטן קאָפּ אַראָפּ, מיט די פֿיס אַרױף, שפּרינגען אױף אײן פֿוס און זינגען אונטער:

אײנגע, בײנגע,
סטופּע צײנגע,
אַרצע,  באַרצע,
גאָלע  שװאַרצע,
אײמעלע, רײמעלע,
בײגעלי, פֿײגעלי ―
האָפּ!

און פֿאַר גרױס שׂמחה און התפּעלות געבן מיר זיך אַלײן צו צװײ פּעטש אין די באַקן.

עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן דער פֿעטער בעני.

― חבֿרה פּלעצל, אײַך קומט חנוכּה־געלט!

דער פֿעטער לײגט אַרײַן די הענט אין זשילעט קעשענע, נעמט אַרױס צװײ זילבערנע גילדן און גיט אונדז חנוכּה־געלט.

ב.

קײנער אין דער װעלט װעט ניט זאָגן, אַז דער טאַטע און דער פֿעטער בעני זענען ברידער. דער טאַטע ― אַ הױכער, אַ דאַרער, דער פֿעטער בעני ― אַ קורצער, אַ גראָבער; דער טאַטע ― אַ שװאַרצער, פֿעטער בעני ― אַ געלער; דער טאַטע ― מרה־שחורהדיקער, אַ שװײַגער, דער פֿעטער בעני ― אַ פֿרײלעכער, אַ רעדנער. טאָג מיט נאַכט, זומער און װינטער ― און דאָך אײגענע ברידער.

דער טאַטע נעמט אַ גרױסן בױגן פּאַפּיר צעװירעט אױף קעסטעלעך, שװאַרצע און װײַסע ― הײסט אַרײַנטראָגן פֿון קיך פֿאַסאָליעס, שװאַרצע און װײַסע, דאָס װעט זײַן אַ דאָמינאָ.

די מאַמע איז אין קיך, פּרעגלט שמאַלץ און באַקט לאַטקעס. איך מיט מײַן ברודער מאָטל שפּילן אין דרײדל: נס גדול היה שם, און דער טאַטע מיטן פֿעטער בענין זעצן זיך אַװעק שפּילן אין דאָמינאָ.

― אײן זאַך װעל איך דיר בעטן, בעני, ― בלא חרטה ובלא דרעה, דאָס הײסט: אַ גאַנג זאָל זײַן אַ גאַנג! ― זאָגט דער טאַטע.

― אַ גאַנג איז אַ גאַנג. זאָגט דער פֿעטער בעני און גײט אַ גאַנג.

― אַ גאַנג איז אַ גאַנג. ― זאָגט דער טאַטע און שלאָגט אָפּ דעם פֿעטער בעניס אַ ציגל.

― אַ גאַנג איז אַ גאַנג. ― זאָגט דער פֿעטער בעני און שלאָגט אָפּ דעם טאַטנס צװײ ציגלעך.

װאָס װײַטער־װײַטער לאָזן זײ זיך אַרײַן אין דעם שפּיל אַלץ טיפֿער, קײַען בשעת מעשׂה די בערד, טרײסלען מיט די פֿיס אונטערן טיש און זינגען שטילערהײט בײדע אײן לידל.

― אױ װאָס טוט מען, װאָס טוט מען? ― זינגט דער טאַטע מיט אַ ניגון פֿון דער גמרא און קײַעט אײן עק באָרד. ― זאָל איך גײן אַהער? ― װעט ער גײן אַהין. װעל איך גײן אַהין? ― װעט ער גײן אַהער. באַדאַרף מען בעסער גײן אַזאַ מין גאַנג!

― אַזאַ מין גאַנג, אַזאַ מין גאַנג! ― העלפֿט אים אונטער דער פֿעטער בעני מיטן זעלבן נוסח.

― װאָס זשע באַדאַרף איך מורא האָבן? ― זינגט דער טאַטע װײַטער. טאָמער שלאָגט ער מיר אָפּ יענעם ציגל? װעל איך בײַ אים צונעמען צװײ ציגלעך. אײ, װאָס? טאָמער מײנט ער מיר שלאָגן דרײַ ציגלעך?

― דרײַ ציגלעך, דרײַ ציגלעך, דרײַ ציגלעך? ― העלפֿט אים אונטער דער פֿעטער בעני.

― אױ, ביסט דו אַ טיפּש און אַ גרױסער! ― זינגט דער טאַטע און גײט אַ גאַנג.

― ביסט אַלײן אַ טיפּש, מײַן ברודער, און נאָך אַ גרעסערער! ― זינגט דער טאַטע און גײט אַ גאַנג.

― ביסט אַלײן אַ טיפּש, מײַן ברודער, און נאָך אַ גרעסערער! ― זינגט דער פֿעטער בעני און גײט אַ גאַנג און פֿאַרכאַפּט זיך באַלד צוריק.

― פֿע, בעני, מיר האָבן דאָך גערעדט, אַ גאַנג איז אַ גאַנג! ― זאָגט דער טאַטע שױן אָן אַ ניגון און כאַפּט דעם פֿעטער בעני פֿאַר דער האַנט.

― אַ גוטער משל! ― זאָגט דער פֿעטער בעני. ― כּל זמן איך האַלט אין מיטן אַ גאַנג מעג איך מיר גײן װוּהין איך װיל.

― נײן! ― זאָגט דער טאַטע. ― אַ גאַנג איז פֿאַרפֿאַלן! מיר האָבן דאָס עפּעס געשמועסט, בעני, בלא חרטה, בעני, בלא דרעה!

― חרטה? ― זאָגט דער פֿעטער בעני. ― װיפֿל מאָל מאַכט זיך, אַז דו האָסט חרטה?

― איך? ― זאָגט דער טאַטע. ― ע, בעני, דערפֿאַר האָב איך דאָך פֿײַנט מיט דיר צו שפּילן אין דאָמינאָ!

― װער זשע נױט דיך, זאָלסט מיט מיר שפּילן?

― שױן? מע קריגט זיך שױן איבער אַ פֿאַסאָלקעלע? ― רופֿט זיך אָן די מאַמע פֿון קיך מיט אַ פֿאַרפֿלאַמט פּנים, און נאָך איר ― ברײַנע מיט אַ גרױסן פּאַלומעסיק מיט הײסע לאַטקעס מיט שמאַלץ. פֿון די לאַטקעס זעצט אַ פּאַרע. אַלע לאָזן זיך צום טיש. איך און מײַן ברודער מאָטל, װאָס האָבן זיך פֿריִער אַביסל געקריגט, געריסן װי די קעץ, בעטן זיך ניט איבער, װערן שלום און זעצן זיך צו די לאַטקעס מיט גרױס כּװנה.

ג.

בײַנאַכט אױפֿן געלעגער ליג איך און טראַכט: װיפֿל קאָן זיך, אַשטײגער, בײַ מיר צונױפֿקלײַבן, אַז אַלע פֿעטערס מיט אַלע מומעס מיט אַלע קרובֿים װעלן מיר געבן חנוכּה־געלט? ראשית חכמה, דער פֿעטער משה־אַהרן, דער מאַמעס ברודער, אַפֿילו זײער אַ קאַרגער, נאָר אַ נגיד. נאָכדעם דער פֿעטער איצי און די מומע דבֿורה, װאָס דער טאַטע און די מאַמע זענען מיט זײ ברוגז שױן פֿון כּמה וכּמה יאָרן. הײַנט דער פֿעטער בײניש און די מומע יענטע? הײַנט װוּ איז אונדזער שװעסטער אײדל? און איר מאַן שלום־זײדל? און אַלע איבעריקע קרובֿים?

― מאָטל, דו שלאָפֿסט?

― יאָ, װאָס איז דען?

― װיפֿל, מײנסט דו, װעט אונדז געבן דער פֿעטער משה־אַהרן חנוכּה־געלט?

― פֿון װאַנען זאָל איך װיסן? איך בין דען אַ נבֿיא?

אין אַ מינוט אַרום:

― מאָטל, דו שלאָפֿסט?

― יאָ, װאָס איז דען?

― װי באַלד דו שלאָפֿסט, הײַנט װי אַזױ רעדסט דו מיט מיר?

― דו פֿרעגסט דאָך מיך, מוז איך דיר ענטפֿערן.

אין דרײַ מינוט אַרום:

― מאָטל, דו שלאָפֿסט?

― טססס ― טררר ― כילכילכיל ― טססס ...

מאָטל כראָפּעט, כאָרכלט, פֿײַפֿט מיט דער נאָז, און איך זעץ מיך אױף אױף מײַן בעטל, נעם אַרױס מײַן קערבל, גלעט דאָס, באַטראַכט דאָס.

”דאַכט זיך, װאָס? ― טראַכט איך מיר. ― אַ שטיקל פּאַפּיר, און װאָס קאָן מען דערפֿאַר ניט קױפֿן? צאַצקעס, מעסערלעך, שטעקעלעך, בײַטעלעך, ניס און קאָנפֿעקטן, און ראָזשינקעס, און באָקסערן, און װאָס ניט?“

איך באַהאַלט דאָס קערבל צוקאָפּנס אונטערן קישן און לײען אָפּ קריאַת־שמע. ס'קומט אַרײַן ברײַנע פֿון קיך מיט אַ פֿולן פּאַלומעסיק מיט קערבלעך ... ברײַנע גײט ניט, נאָר זי שװעבט אין דער לופֿטן, זינגט ”הנרות הללו שאָנו מדליקין“, און מאָטל שלינגט קערבלעך, װי די האַלעשקעס. ”מאָטל! ― שרײַ איך מיט אַלע כּוחות. ― גאָט איז מיט דיר, מאָטל, װאָס טוסט דו? קערבלעך??? ...

איך כאַפּ זיך אױף און שפּײַ אױס דרײַ מאָל: ”טפֿו־טפֿו־טפֿו ― אַ חלום!“

און װער אַנטשלאָפֿן.