דעם באַרימטן פֿילאָזאָף מענדעלסאָן האָט מען גערעדט אַ שידוך מיט אַ גרױסן גבֿירס אַ טאָכטער. אַז די מײדל האָט זיך געטראָפֿן מיט מענדעלסאָן, האָט זי פֿון שידוך ניט געװאָלט הערן, װײַל דער פֿילאָזאָף האָט געהאַט אַ הױקער פֿון פֿאָרענט און פֿון הינטן. די מײדל איז אָבער מענדעלסאָנען שטאַרק געפֿעלן, און ער האָט געװאָלט זי האָבן פֿאַר אַ װײַב. פֿאַרן געזעגענען זיך האָט ער איר געפֿרעגט אױב אַ זיװג איז אַ הימל־זאַך. די מײדל איז געװען אַ פֿרומע און געענטפֿערט: ”יאָ.“ ”אױב אַזױ,“ האָט דער פֿילאָזאָף געזאָגט, ”זײַ װיסן אַז פֿערציק טעג אײדער דו ביסט געבױרן געװאָרן, האָב איך געהערט אױסרופֿן אין הימל אַז דו װעסט מײַן באַשערטע זײַן. איך האָב דיר דערזען, האָט מיך אָנגעכאַפּט אַ שרעק, זעענדיק דיר מיט צװײ הױקערס. איך האָב גענומען װײנען און בעטן מען זאָל מיר געבן אַן אַנדער װײַב, אַ שײנע. האָט מען מיר געענטפֿערט אַז עס איז שױן פֿאַרפֿאַלן, די מײדל מוז דײַן װײַב זײַן. נאָר אױב דו װילסט דװקא האָבן אַ שײנע װײַב, דאַן קענסטו זיך בײַטן מיט איר, נעם צו איר הױקער, װעט זי בלײַבן אַ שײנע און דיר װעט דײַן חכמה באַשײַנען. האָב איך דערױף מסכּים געװען, אַבי דיר צו האָבן פֿאַר אַ װײַב.“ דאָס איז דער מײדל שטאַרק געפֿעלן, און האָט גלײַך אײַנגעשטימט צו װערן זײַן װײַב.