די סװעט שאַפּ
מאָריס ראָזנפֿעלד

עס רױשן אין שאַפּ אַזױ װילד די מאַשינען,
  אַז אָפֿטמאָל פֿאַרגעס איך אין רױש דאָס איך בין;  ―
איך װער אין דעם שרעקלעכן טומל פֿאַרלאָרן,
  מײן איך װערט דאָרט בטל, איך װער אַ מאַשין;
איך אַרבעט, און אַרבעט אָן חשבון,
  עס שאַפֿט זיך, און שאַפֿט זיך, און שאַפֿט זיך אָן צאָל;
פֿאַר װאָס? און פֿאַר װעמען? איך װײס ניט, איך פֿרעג ניט, ―
װי קומט אַ מאַשינע צו דענקען אַ מאָל?
 

איך קוק אױף קאַמף־פּלאַן מיט ביטערן צאָרן,
  מיט שרעק, מיט נקמה, מיט העלישער פּײַן;  ―
דער זײגער, יעצט הער איך אים ריכטיק, ער װעקט עס;
  „סוף צו די קנעכטשאַפֿט, אַ סוף זאָל דאָס זײַן!“
ער מינטערט אין מיר מײַן פֿאַרשטאַנד, די געפֿילן,
  און װײַזט װי עס לױפֿן די שטונדן אַהין;
אַן עלנטער בלײַב איך, װי לאַנג איך װעל שװײַגן,
  פֿאַרלאָרן, װי לאַנג איך פֿאַרבלײַב װאָס איך בין...
דער מענטש װעלכער שלאָפֿט אין מיר הײבט אָן דערװאַכן,
  דער קנעכט, װעלכער װאַכט אין מיר שלאָפֿט דאַכט זיך אײַן;  ―
אַצינד איז די ריכטיקע שטונדע געקומען!
  אַ סוף צו דעם עלנט, אַ סוף זאָל עס זײַן!...
נאָר פּלוצלינג  ― דער װיסטל, דער באָס  ― אַ טרעװאָגע!
  איך װער אָן דעם שׂכל, פֿאַרגעס, װוּ איך בין,  ―
עס טומלט, מען קאַמפֿט, אָ, מײַן איך איז פֿאַרלאָרן,  ―
  איך װײס ניט, מיך אַרט ניט, איך בין אַ מאַשין...