אין דעם קליינעם ווילידזש, וווּ איך האָב זיך געפֿונען אויף מײַן וואַקאַציע, איז דער אַמעריקאַנער בירגער הענרי ראָוז געווען מײַנער אַ שכן. דאָס הויז, וואָס ער האָט פֿאַרמאָגט, איז געשטאַנען נעבן מײַן האָטעל. ער וווינט שוין אין דעם דאָזיקן ווילידזש שיינע עטלעכע יאָר, מאַכט גרינג זײַן לעבן און האָט אַ סך צײַט צו פֿאַרברענגען.
אמת, ניט מיט יעדערן וועט ער פֿאַרברענגען. ער איז שטאָלץ מיט זײַן אַמעריקאַניזם, קען כּמעט אויף אויסנווייניק דעם טעקסט פֿון דער אַמעריקאַנער קאָנסטיטוציע, ווייסט די נעמען פֿון אַלע סענאַטאָרן און פֿון די געהויבענע רעפּובליקאַנישע קאָנגרעס־לײַט און רופֿט זיי אַפֿילו הינטער די אויגן מיטן טיטל "האָנאָרייבל".
זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אַז פֿון אַמעריקע האַלט ער זייער שטאַרק און לאָזט אויף אַמעריקאַנער אינסטיטוציעס ניט פֿאַלן קיין שטויבעלע.
אַ גליק איז, וואָס הענרי ראָוז איז נאָך אַלץ לײַכטער צו רעדן ייִדיש איידער ענגליש. דערפֿאַר רעדט ער מיט מיר טאַקע מאַמע־לשון, נאָר אַז דער געשפּרעך קומט פֿאָר דרויסן און אַז אַן אמתער אַמעריקאַנער גייט פֿאַרבײַ, האַקט ער איבער דעם שמועס, גריסט זיך אויף אַ ריינער ענגליש מיטן דורכגייער: "האַו דו יו דו, מיסטער נעלסען? ווערי נײַס דיי ― באָט מייבי ט'וויל ריין לייטער"...אָפּגעזאָגט דעם פּסוק און באַקומענדיק פֿון דעם אמתן אַמעריקאַנער אַ צושטימונג, אַז "יעס", צי "מייבי", ווענדט ער זיך שוין ווידער צו מיר אויף ייִדיש און דערקלערט מיר, ווער דער נעלסען איז און ווי אַזוי ער איז מיט אים באַפֿרײַנדט. נאָך דעם דערציילט ער מיר, אַז איבערהויפּט לעבט ער זייער גוט מיט די אַמעריקאַנער. "זיי זײַנען זייער פֿײַנע מענטשן" און ער זאָגט מיר נאָך דעם אַ סוד אויפֿן אויער:
― בעסער, ווי אונדזערע ייִדן ―
קען מען דאָך מיינען, אַז הענרי ראָוז איז, חלילה, אַ שׂונא־ישׂראל, מוז מען אים גלײַך רעהאַביליטירן פֿון דער דאָזיקער באַשולדיקונג. פֿאַרקערט, ער איז אַן אוהבֿ ישׂראל. אָבער טאַקע טראָץ זײַן ליבע זעט ער אויך זייערע חסרונות.
דער ערשטער חסרון זייערער איז, וואָס זיי אַמעריקאַניזירן זיך שווער.
― זייער שווער! ― זיפֿץ ער אַרויס, און מ'זעט ממש, אַז עס קאָסט אים אַ שטיק געזונט.
איך בעט בײַ אים אַ בײַשפּיל, ווײַל מיר דאַכט זיך, אַז די ווילידזש־ייִדן זײַנען שוין צו פֿיל אַמעריקאַניזירט.
ברענגט ער מיר לדוגמה אַ מעשׂה מיט אַ טעמפּל. די מעשׂה מיט אַ טעמפּל איז אַזאַ:
אין ווילידזש האָבן זיך אָנגעקליבן עטלעכע צענדליק ייִדישע פֿאַמיליעס, האָט מען זיך געכאַפּט, אַז מ'מוז האָבן אַ שטיקל הײַזל פֿאַר "גאָטעס־דינסט"...מען מעג זיך טאַקע זײַן ניט פֿרום, אָבער עס פּאַסט ניט פֿאַר די גויים. זיי האָבן זייער קירך, דאַרפֿן מיר האָבן אונדזערע. נאַטירלעך, הענרי ראָוז מיינט ניט אַ קלויז "ווי אין יוראָפּ דאָרטן", נאָר אַ קליין טעמפּעלע, אויפֿן איידלען וועג. אַנשטאָט אַ חזן ― אַ קאַנטאָר; אַנשטאָט אַ רבֿ ― אַ ראַבײַ אד"גל.
אין געלט איז דווקא ניט קיין מניעה, אַלע ייִדן זײַנען קיין עין־הרע ניט אָרעם ...
מ'האָט געקויפֿט אַ שטיקל פּלאַץ פֿון אַ חשובֿן אַמעריקאַנער בירגער, וואָס ווי באַלד פֿאַר אַ ייִדישער "טשורטש" האָט ער פֿאַר זייער ביליק אַוועקגעגעבן. אויסגעבויט אַ שיינעם, קליינעם טעמפּל. ער האָט אויסגעזען פֿון דרויסן כּמעט ווי זייערער, אויפֿן אַמעריקאַנער אויפֿן. אינעווייניק איז עס געווען מעשׂה סינאַגאָגע. נאָר ראָוז האָט עס גערופֿן טעמפּל, ווי ער געדענקט נאָך אין די גרויסע שטעט אין אייראָפּע, אין די העכערע קלאַסן.
― וואָס־זשע איז דער חילוק פֿון אַ טעמפּל ביז אַ קלויז? שטעלט מיר הענרי ראָוז אַ פֿראַגע און ענטפֿערט גלײַך אַליין:
― אין אַ קלויז דאַווענען אַלע מיט. אין אַ טעמפּל, אָבער, לאָזט מען עס דעם קאַנטאָר, און דער עולם ― אָדער ער שווײַגט, אָדער אַז איינער וויל שוין דווקא ניט פֿאַרלאָזן זיך אין גאַנצן אויפֿן קאַנטאָר, זאָגט ער מיט, אָבער אין דער שטיל, עס זאָל ניט ווערן קיין טומל. און אַזוי איז טאַקע געווען אַ פּאָר יאָר. מען האָט פּשוט מורא געהאַט בײַם "גאָטעס־דינסט" צו עפֿענען דאָס מויל. עס פּאַסט ניט. עס איז דאָך, ווי זאָגט איר, אַ טעמפּל.
מאַכט זיך, אָבער, אַ מעשׂה און אין אַ שיינעם זומער מופֿט אַרײַן אין ווילידזש אַ ייִד מיט אַ באָרד, טאַקע פֿון יענע אמתע אייראָפּעיִשע ייִדן, און עפֿנט זיך אויף אַ סטיישאָנערי און ווערט דאָ אַ תּושבֿ. קיין בירגער איז ער טאַקע ניט, נאָר אַ תּושבֿ יאָ. איר פֿאַרשטייט? פֿאַרשטיי איך שוין, אַז פֿון דעם ייִד וועלן מיר דאָ קיין כּבֿוד ניט האָבן...מילא, די באָרד ווי די באָרד. אמתע יענקיס טראָגן אויך בערד, כאָטש זייערע בערד זײַנען עפּעס בכּבֿודיקערע...נאָר וואָס דען? דער דאָזיקער ייִד קומט זיך צו גיין אין טעמפּל און פֿרעגט אים בחרם דעם חילוק פֿון אַ טעמפּל ביז אַ שול!
... דער קאַנטאָר לאָזט אויס, הייבט ער אָן מיט אַ ניגון, ווי אין איישישאָק...עס איז מיר געוואָרן פֿינצטער אין די אויגן, ער האַרגעט אַוועק דעם טעמפּל.
גיי איך צו אים נאָך גאָטעס־דינסט און באַמערק אים איידל, אין ייִדיש:
― מיסטער, ― זאָג איך ― דאָס איז אַ טעמפּל, ניט קיין בעת־מדרש...דאָ איז ניט אָנגענומען הויך צו דאַוונען...
שמייכלט ער און ענטפֿערט:
― אַז מען קען מאַכן אין אַמעריקע פֿון אַ טשורטש אַ שול, מעג מען דאָך פֿון אַ טעמפּל אַ בעת־מדרש אַוודאי מאַכן.
און מיינט איר, ער האָט ניט אויסגעפֿירט? ער האָט שוין געהאַט אַזאַ כּוח אין זיך. ווי ער פֿלעגט אַ געשריי טאָן מיט זײַן היימישן ניגונדל "ברוך שאומר" האָט זיך דערוועקט בײַ נאָך איינעם דעם חשק, בײַ אַ דריטן, בײַ אַ פֿערטן; פֿריִער אַ ביסל פֿאָרזיכטיק, שטילער, נאָך דעם העכער, העכער...ביז עס איז געקומען צו די הללויהס און נאָך דעם צו קריאַת־שמע ― איז געוואָרן אַ יעלה, ווי אין אַן אמתן בעת מדרש...און צו חזרת הש"ץ האָט זיך אויך דער קאַנטאָר פֿאַרגעסן, אַז ער זינגט פֿון זולצערס סידור, און איז אַוועק אויפֿן היימישן אויפֿן, מיט דעם אמתן ניגון... איצטער איז אויס טעמפּל: מען דאַווענט פּליין, ווי אין דער היים, מען שרײַט, מען שאָקלט זיך און צו עלינו שפּײַט מען אַפֿילו אויס...