די ביסעלע קאָרן, װאָס אַנטאָש האָט אַראָפּגענומען פֿון זײַן שטיקל פֿעלד, װאָס ער האָט פֿאַרמאָגט, האָט ער שױן צוזאַמען מיט זײַן עלטערן אַכצן־יעריקן סערגײען צעדראָשן און עס צעמאָלן אין דער נאָענטער װאַסער-מיל, װאָס איז אױף צװײ רעדער, און אױף דעם בױדעם באַהאַלטן צו װינטער אױף ברױט. נאָר אײן פּוד קאָרן האָט ער אין אַ זעקעלע אַרײַנגעשטאַנען, פֿאַרבונדן עס מיט אַ שטריקעלע און אין שטעטל אױפֿן מאַרק אַװעקגעפֿירט. אױפֿן מאַרק זענען ייִדן אײנער נאָך דעם אַנדערן צוגעקומען אַלע װײַלע צום װאָגן, געטאַפּט דאָס זעקעלע און געפֿרעגט:
― טשאַהאָ מאַיעש נאָפּראָדאַניע Чого маешь на проданье: װאָס פֿאַרקױפֿט איר?
אױף װאָס אַנטאָש פֿלעגט אָן שטאָלץ ענטפֿערן:
― זשיטאָ Жито: קאָרן.
און די ייִדן האָבן געדונגען און געדונגען, געװױגן און געװױגן מיט זײערע בעזמענס безмен: האַנט־װאָגשל און געבאָטן פּרײַזן פֿון 40 קאָפּ' ביז אַ האַלבן רובל, און אַנטאָש פֿלעגט די פּרײַזן אױסהערן, קראַצן זיך אין פּאַטעליצע און בעטן פֿינף גילדן ביז ער פֿלעגט אַראָפּנעמען אױף פֿיר גילדן. בײַ פֿיר גילדן האָט ער זיך אײַנגעעקשנט און ס'האָט ניט געהאָלפֿן שױן מער קײן דינגען זיך.
― טשעטירע זלאָט Четыре злотых: פֿיר זלאָטעס! ― האָט ער געטענהט.
פֿאַרנאַכט אָבער, אַז די ייִדישע מאַרק-סוחרים זענען זיך צוגעגאַנגען און מער שױן צו אים ניט צוגעגאַנגען, איז ער שױן מיט זײַן ביסל סחורה אַראָפּגעפֿאַלן, און האָט שױן געזוכט אַ סוחר פֿאַר אַ האַלבן רובל.
דער אײנציקער הענדלער, װאָס איז אױף דעם מאַרק געבליבן, חנן דער קורצער, האָט שױן דאָס ביסל מזומן, װאָס ער האָט געהאַט צוגעגרײט צום מאַרק, אױסגעגעבן, און ער האָט דערפֿאַר מיט אַ האַלבן מױל געבאָטן נאָר דרײַ גילדן:
― טרי זלאָטיך, קאָלי האָטשעש Три злотых, колы хочэш: דרײַ זלאָטעס, אױב איר װילט.
און אַנטאָש, װאָס האָט געדאַרפֿט דאָס געלט אױף זײער נױטיקע זאַכן צו קױפֿן, אָן װאָס ער האָט אַהײם ניט געקאָנט פֿאָרן, האָט מיט האַרצװײטיק אַװעקגעגעבן פֿאַר דרײַ גילדן. דערהערט, אַז ער װיל שױן אַװעקגעבן, האָט חנן אין דער רעכטער זײַט האַרצן דערפֿילט אַ קלאַפּ פֿון פֿרײד, װאָס אים מאַכט זיך צו קױפֿן אַ „מציאה“, פֿון װאָס ער װעט האָבן אַ רײנעם צענערעל רװח, אין דער לינקער זײַט האַרצן האָט אים אָבער אַ קלאַפּ געטאָן פֿאַר האַרצװײטיק, װאָס גאָט װײסט, צי די מציאה װעט אים אָנקומען, װײַל זײַן קאַפּיטאַל האָט זיך איבערן מאַרקס-טאָג אינגאַנצן אױסגעלאָזט.
פֿונדעסטװעגן האָט חנן די האָפֿענונג און דעם בטחון, מיט װאָס ער האָט מער געהאַנדלט, װי מיט רײנעם קאַפּיטאַל ניט פֿאַרלױרן, און האָט געהײסן אַנטאָשן פֿירן די סחורה צו זײַן שפּײַכלערל. דאָרט בײַם שפּײַכלער האָט ער געמאַכט שותּפֿות מיט אַ רײַכערן הענדלער; יענער האָט געצאָלט, און אַנטאָש האָט באַקומען דרײַ זילבערנע גילדן. ער האָט זײ באַקוקט פֿון אַלע זײַטן, געפֿרעגט עטלעכע מאָל: „צי ניע פֿאַלשיװע?“ און, אַז די צװײ שותּפֿים האָבן אים באַרויִקט, אַז ס'איז אמתע גוטע געלט, האָט ער זײ אַרײַנגערוקט טיף אין בוזעם און זיך געלאָזן מיטן װעגעלע צו אַ קרעטשמע אין מאַרק. דאָרט האָט ער צוגעבונדן דעם פֿערד צום סלופּ פֿון גאַניק און איז אַװעק נאָך נױטיקע זאַכן.
ער האָט געקױפֿט צװײ טעפּ זאַלץ, װאָס די אַנטאָשיכע האָט אים אָנגעזאָגט למע"ש צו ברענגען, דרײַ פּעקעלעך צו אַכט גראָשן מאַכאָרקע, אַ פּאָר פֿונט זײף צו זעקס קאָפּיקעס, אַ קרענצל בײגעלעך ― אַ „גאָסטינעץ гостинець: מתּנהלע“ פֿאַר די קלײנע קינדער, און פֿאַר דאָס איבעריקע איז ער אין קרעטשמע אַרײַן און געמאַכט אַ כּוסע, מיט װעלכער ער האָט זיך נאָר דערװעקט און האָט פֿרײלעך אָנגעהױבן שמועסן מיט די איבעריקע פּױערים.
― פּוד זשיטאָ פּראָדאַל Пуд жита продал: פֿאַרקױפֿט אַ פּוד קאָרן! ― האָט ער, כּטובֿ לבו בײן, אײנעם פֿון די פּױערים דערצײלט, ― אָשוקאַלי זשידי: טרי זלאָטיך דאַלי ... מאַלאָ ошукали жиди три злотих дали, мало: די ייִדן האָבן מיך אָפּגענאַרט, געגעבן בלױז דרײַ זלאָטעס; צו װינציק!
דער אַנדערער פּױער, װעלכער איז געװען רײַכער פֿאַר אַנטאָשן, האָט אױף אים אַ פֿאַראַכטלעכן בליק געװאָרפֿן און מיט גדלות געענטפֿערט:
― טשטאָ ― פּוד זשיטאָ! יאַ דעסיאַט פּראָדאַל ... פּאָנימאַיעש что ― пуд жита? Я десять продал ... Понимаешь: װאָס? אַ פּוד קאָרן? איך האָב פֿאַרקױפֿט צען. פֿאַרשטײסט?
אַנטאָש האָט מיט קינאה אַ קוק געטאָן אױפֿן פּױער, געװאָלט עפּעס ענטפֿערן, נאָר זײַן שװאַך קעפּל איז שױן אַ ביסל באַרױשט, האָט ער נאָר אַ קרים געטאָן מיט די ליפּן, אַרױס פֿון קרעטשמע האַלב פֿרײלעך האַלב אומעטיק, זיך געזעצט אױף זײַן קלײנער דראַבינע драбина: רעדל־װאָגן און זיך געלאָזט פֿאָרן אַהײם אין דאָרף אַרײַן, װאָס האָט זיך געפֿונען פֿינף װערסט פֿון שטעטל.
* * *
עס איז פֿאַרגאַנגען אַ חודש. דער אָסיען האָט זיך אונטערגערוקט, די טעג זענען געװאָרן קלענער און די נעכט גרעסער און אין אַנטאָשס קלײן שטיבעלע האָט מען שױן באַדאַרפֿט בײַנאַכט אַ לעמפּעלע ברענגען. דאָס לײמענע פֿלעשל, װאָס אַנטאָש האָט בײַ אַ טעפּער מיט דרײַ יאָר צוריק געקױפֿט פֿאַר אַכט גראָשן, איז אַ טרוקענע געשטאַנען און ס'איז ניט געװען פֿאַר װאָס נאַפֿט צו קױפֿן. אױסער דעם איז שױן דאָס זאַלץ אױך באַלד אױסגעגאַנגען, פֿון די זײף, װאָס ער האָט געקױפֿט, איז נאָר אַ שטיקעלע געבליבן. פֿון די מאַכאָרקע איז נאָר געבליבן אױף אַ פּאָר טעג, און אַנטאָש האָט זיך געקראַצט אין פּאַטעליצע, געשפּײַט און אַלץ געװאָרטשעט:
― סאָלי ניעמע, מידלאַ ניעמאַ, מאַכאָרקע נעמאַ, ניטשעהאָ, ניעמע, קעפּסקי אינטערעס соли нэма, мидла нэма, махорка нэма, ничого нема, кепськи интерес: קײן זאַלץ, קײן זײף, קײן מאַכאָרקע, איך האָב גאָרניט; אַ שאָד.
פֿאַרדינען האָט אָנטאָן ניט געהאַט װוּ. דער אײנציקער ייִד , װאָס האָט אין דאָרף געװױנט, איז אַלײן זײער אָרעם געװען, און אַנטאָש האָט געהאַט נאָר אײן האָפֿענונג: פֿאַר סוכּות אָנצוהאַקן אַ פֿולן װאָגן „סכך“, און פֿירן עס אין שטעטל אַרײַן און פֿאַרקױפֿן עס פֿאַר אַ פּאָר פֿערציקער. אַלע יאָר טוט ער אַזױ, זײַט ער האָט דאָס פֿערדל זײַנס , פֿאַר װעלכער ער האָט אָפּגעצאָלט אױפֿן יריד זעקס רובל.
― קאָלי, או װאָס בודױע קוטשקי Колы у вас буде кучки: װען װעט זײַן סוכּות? ― האָט ער גלײַך נאָך ראָש השנה אַלע טאָג אָנגעהױבן פֿרעגן דעם ייִדן, װאָס האָט געװױנט אין דאָרף.
― יעשטשע מנאָהאָ! ещё много: נאָך לאַנג! ― פֿלעגט אים דער ייִד ענטפֿערן.
― עליע קאָלי! Алэ колы: אָבער פּינקטלעך ― פֿלעגט אַנטאָש רוען ניט לאָזן.
דער ייִד װעלכער האָט ניט געפֿילט אַנטאָשס נױט, האָט אים אײנמאָל אַ זאָג געטאָן, ניט פֿיל טראַכטנדיק:
― יעשטשע טיזשדען! Ещё тыждень: נאָך אַ װאָך!
אין אמתן איז ניט מער געװען װי פֿינף טעג צו סוכּות, און אַנטאָש האָט אױסגערעכנט, אַז צװײ טעג פֿאַר „קוטשקי“ איז די רעכטע צײַט צו פֿירן די סכך אין שטעטל: דאָס איז געװען אַקוראַט דער ערשטער טאָג יום-טובֿ ...
ער איז דעם טאָג פֿרי אױפֿגעשטאַנען, איבערגעביסן אַ שטיק גראָב, שװאַרץ ברױט, װאָס ער האָט געטונקט אין אַלײן צעשטױסענע זאַלץ, פֿאַרטרונקען מיט אַ קװאָרט קאַלט װאַסער, האָט אײַנגעשפּאַנט דאָס האַלב הונגעריק, האַלב פֿאַרשלאָפֿן פֿערדל, גענומען די האַק און זיך געלאָזט אין די נאָענטע װעלדער.
ער האָט זיך גענומען האַקן די שטעכעדיקע צװײַגן אײנע נאָך דער אַנדערער. געקליבן האָט ער אַלץ געדיכטערע און לענגערע; בעסערע סחורה פֿאַרקױפֿט זיך גיכער! האָט ער דערבײַ געטראַכט. דער װאָגן איז אַלץ געװאַקסן און געװאַקסן, ער האָט גערעכנט לכּל הפּחות לײזן פֿאַר זײַן סחורה אַ גילדן דרײַ, און אים האָט זיך אַלץ געדאַכט, אַז ס'איז נאָך װײניק און ער האָט אַלץ געהאַקט און געלײגט די צװײַגן. ענדלעך איז דער װאָגן פֿול געװאָרן. אַנטאָש האָט אים באַטראַכט פֿון אַלע זײַטן און איז צופֿרידן געבליבן.
― דאַװאָלנאַ בודיע Довольно будэ: דאָס װעט קלעקן! ― האָט ער פֿאַר זיך הױך אַרױסגעברומט און גענומען דאָס פֿערד פֿאַרן צױם.
אַז ער איז אָבער אָפּגעפֿאָרן אַ פּאָר טריט, האָט ער זיך אָפּגעשטעלט און װידער אַ קוק געטאָן אױף דעם װאָגן.
― אַ מאָזשע מאַלאָ בודזיע А можэ мало будэ? װעט דאָס זײַן צו װינציק? ― האָט ער זיך פּלוצעם דערשראָקן, האָט אױסגעהאַקט נאָך פֿינף צװײַגן און האָט זיך גענומען פֿאָרן שױן אױף זיכער.
ער איז געפֿאָרן לאַנגזאַם, טריט בײַ טריט, און לאַנגזאַם, טריט בײַ טריט זענען אױך אַזױ אין קאָפּ זײַנע געדאַנקען געגאַנגען, װי זײ װאָלטן ניט װעלן גײן גיכער פֿאַר דאָס פֿערדל. אַנטאָש האָט גערעכנט, װיפֿל זאַלץ װעט ער קענען קױפֿן און װיפֿל זײף, װיפֿל „גאַזע“ און װיפֿל מאַכאָרקע, פֿאַר דעם געלט, װאָס ער װעט אָפּלײזן אין שטעטל בײַ די ייִדן. ענדלעך האָט אים דער חשבון פֿאַרמאַטערט און ער האָט באַשלאָסן, אַז ער װעט האָבן די צװײ גילדן אין האַנט, װעט אים גרינגער זײַן צו באַרעכענען, װי אַזױ אַלץ אײַנצוקױפֿן, און נאָך דעם באַשלוס איז פֿון אים װי אַ משׂא אַראָפּ.
* * *
אַז ער איז מיט זײַן װאָגן אַרײַנגעפֿאָרן אין אָנהײב שטעטל און האָט דערזען די סוכּות שױן באַדעקט מיט סכך, האָט זיך אים װי עפּעס אָפּגעריסן אינװײניק און אים האָט זיך געדאַכט, אַז די סוכּות און די הײַזער ― אַלע דרײען זיך און שפּרינגען. ער האָט זיך אָבער געשטאַרקט און געטרײסט, אַז אַלע יאָר איז אַזױ: אַ סך „זשידקעס“ דעקן צו פֿריִער און אַ סך שפּעטער. דערפֿאַר איז שפּעטער טײַערער.
― דאָראָזשײ װאַזמו Дорожей возьми: בעט אַ העכערן פּרײַז! ― האָט ער באַשלאָסן, און אַנגסטן האָבן אים באַלאָגן.
ער איז געפֿאָרן װײַטער. אױפֿן גאַנג זענען צװײ װײַבער, אײנע אַ יונגע און אײנע אַן עלטערע. זײ האָבן געטײַט מיט די פֿינגער און האָבן געקײַכט פֿאַר געלעכטער.
― טשאַהאָ װי סמעיעטעם Чого вы смиетэсь: פֿאַרװאָס לאַכט איר? ― האָט אַנטאָש מיט כּעס געפֿרעגט.
― באָ טי טאַק ראַנאָ אוזש סכך װעזעש Бо ты так рано уж схах вэзэш: איר ברענגט אַזױ פֿרי דעם סכך ― האָבן זײ אים לאַכנדיק געענטפֿערט.
― יאַק טאָ ראַנאָ як то рано? װאָס זאָגט איר, „פֿרי“? ― האָט אַנטאָש דאָס לאַכן ניט פֿאַרשטאַנען.
― ראַנאָ ... ראַנאָ ... ― האָבן די פֿרױען געלאַכט.
― מפֿי! ― האָט אַנטאָש מיט צאָרן אױסגעשפּיגן און זיך געלאָזט װײַטער, טראַכטנדיק:
― יאַק טאָ Як то: אָט אַזױ ... בערקע האָט אַלײן געזאָגט ― „זאַ טיזשדען“ за тыждень: די גאַנצע װאָך. איך האָב דאָך אַזױ גוט געחשבונט: נאָך צװײ טעג. אַ קאַלטער שװײס האָט אים באַגאָסן, דערמאָנענדיק זיך, אַז ער האָט פֿון יענער צײַט אָן, זײַט בערקע האָט אים געזאָגט, אפֿשר ניט גוט געצאָלט. ער האָט פֿאַרשפּעטיקט! געװיס, געװיס! אַלע סוכּות זענען שױן באַדעקט מיט סכך ... ער װעט בלײַבן אָן זאַלץ, אָן מאַכאָרקע, אָן זײף, אָן „גאַזע“...
טרױעריק האָט ער געפֿירט דאָס פֿערדל, װעלכעס האָט קענטיק געשפּירט דאָס גרױסע אומגליק, װאָס דאָ שטײט פֿאַר זײַן בעל-הבית, און האָט זיך קױם געשלעפּט, אַראָפּגעלאָזן דעם מידן קאָפּ זײַנעם.
דערװײַל זענען די בעלי-בתים שױן גענומען גײן ביסלעכװײַז פֿון שול, אױסגעפּוצט יום-טובֿדיק מיט די טליתים און די מחזורים אין די הענט.
דערזעענדיק לכתּחילה דעם פּױער מיטן װאָגן סכך, האָבן זײ ניט פֿאַרשטאַנען, װאָס דאָס איז אַזױנס, און האָבן דערשטױנט געקוקט אײנער אױפֿן אַנדערן. נאָך זײער קוקן האָט זיך געדאַכט, אַז זײ האָבן זיך דערשראָקן: אפֿשר האָבן זײ אַ טעות געהאַט און פֿריִער סוכּות געמאַכט? ...
― טשאַהאָ טי װעזעש Чого ти вэзэш: װאָס טראָגט איר? ― האָט אים אײנער אַ פֿרעג געטאָן.
― יאַק טשאַהאָ Як чого? װאָס מײנט איר, „װאָס“? ― האָט אַנטאָש תּמעװאַטע אױסגעשטעלט די אױגן ― סכך װעדו נאַ „קוטשקי“. קוּפּיטע, האָלוּבטשיקי! קוּפּיטע Схах везу на “кучки” . Купите, голубчики, купите: איך טראָג דאָך סכך פֿאַר סוכּות. קױפֿט־זשע, גוטע פֿרײַנט! ― האָט ער זיך גענומען בעטן מיט אַ װײנענדיק קול.
די ייִדן האָבן זיך פֿונאַנדער געלאַכט.
― װאָס דאַרף מען איצטער סכך? דוריען дурень: נאַר דו! עס איז דאָך שױן יום-טובֿ ― האָט אים אײנער גערײצט.
נאָר אַנטאָש איז פֿון גרױס אומגליק װי צעטומלט געװאָרן און האָט געשריגן, קראַצנדיק זיך אין דער פּאַטעליצע און האַלב װײענדיק:
― קוּפּיטע, קוּפּיטע! סאָל טרעבע, מידלאָ טרעבע, גאַזאַ טרעבע ... Купите, купите! Соль трэба, мыдло трэба, газа треба: קױפֿט, קױפֿט! איך דאַרף זאַלץ, איך דאַרף זײף, איך דאַרף נאַפֿט.
דער עולם ייִדן, װעלכער האָט אָנפֿאַנגס געלאַכט פֿון דער גאַנצער סצענע, איז גערירט געװאָרן. זײ האָבן אַ קוק געטאָן אױפֿן אָרעמען דאַרן פּױערל, דערזען זײַן פֿאַרצװײפֿלטן פּנים און אַ געפֿיל פֿון מיטלײד האָט זיך אין זײערע הערצער דערװעקט.
― אַן אָרעמער גױ, אַ ביטערער רחמנות! ― האָט אײנער אַרױסגעזאָגט, פֿאַרקרימענדיק מיט װײטיק זײַן פּנים.
― עס װאָלט געװען אַ יושר אָפּצוקױפֿן בײַ אים די סכך, האָט נאָך אײנער פֿאָרגעלײגט ― ס'איז אַ חילול-השם.
― אום יום-טובֿ, װי אַזױ? האָט אַ צװײטער אָפּגעשלאָגן די פֿאָרלענונג.
― עס איז אױף האָלץ װערט דאָס געלט ― האָט אײנער געשאַצט, באַטראַכטנדיק דעם פֿולן װאָגן מיט דעם סכך.
― װערט הײַנט, װערט מאָגן! אַז ס'איז יום-טובֿ...
― סאָל ניעמאַ, גאַזאַ ניעמאַ ... מידלאַ ניעמאַ ... האָט דער פּױער געזונגען זײַן לידעלע, ניט פֿאַרשטײענדיק, װאָס די ייִדן רעדן אױף זײער לשון, נאָר פֿילנדיק, אַז מען טראַכט װעגן אים עפּעס גוטס.
― שאַ! ער דאַרף גאָר קײן געלט ניט, ער דאַרף סחורה. סחורה אָן געלט מעג מען געבן אום יום-טובֿ אױך! ― האָט אײנער געבױרן גאָר אַ נײַע אידײע.
דער עולם איז לעבעדיק געװאָרן. עס האָט זיך געפֿונען צװישן רעדל ייִדן אַ קרעמער, װאָס האָט געהאַט דערבײַ אַ קראָם.
― גיב אים, חײם, אַ פּאָר טעפּלעך זאַלץ מיט נאָך דאָרטן, װאָס ער דאַרף. גיב אים אױף אַ פּאָר גילדן. אַ רחמנות! מיר װעלן אַלע לײַדן דעם היזק...
― נו, נו, מהיכא־תּיתי! ― האָט זיך ר' חײם אָנגעכאַפּט ― אַן אָרעמער גױ טאַקע אַ רחמנות ...
― אַ מיצװה, אַ מיצװה! װי איך בין אַ ייִד! ― האָט יעדערער פֿון עולם געװאַרעמט.
חײם האָט צוגערופֿן דעם גױ, נאָך װעלכן דאָס גאַנצע רעדל איז נאָכגעגאַנגען, האָט געעפֿנט די קראָם און האָט אים געגעבן: צװײ טעפּ זאַלץ, אַ שטיק זײף, אַ פֿלעשל נאַפֿט און צװײ פּעקלעך מאַכאָרקע.
דער פּױער האָט ניט געװוּסט װאָס צו טאָן פֿאַר שׂמחה, צי לאַכן, צי װײנען, ער איז נאָר אין שטאַנד געװען צו מורמלען:
― דױענקױע! דױענקױע Дзенькуе: אַ דאַנק!
― נאַ טעביע יעשטשע на тебе ещё: נעמט נאָך חלה! ― האָט אים פּלוצלינג, אַז ער האָט שױן די סחורה אײַנגעפּאַקט, עמעצער אונטערגעטראָגן ― דו װעסט ברענגען אַהײם.
― נאַ טעביע יעשטשע! ― האָט אים נאָך אײנער דערלאַנגט נאָך אַ שטיק.
― נאַ יעשטשע!
― יעשטשע!
― יעשטשע!
און מען האָט אַנטאָשן גענומען טראָגן פֿון אַלע זײַטן חלה.
ער איז אַ צעטומלטער געװאָרן און האָט קױם געקאָנט אױסרעדן: „דױענקױע“.
דער עולם איז געװען צופֿרידן און יאַנקל לײבעס, אַ פֿרײלעכער ייִד, װאָס האָט געמאַכט יום-טובֿ פֿון דער פֿולער האַנט און אַראָפּגעבראַכט אַ חזן צו גאַסט, האָט אים אַרױסגעטראָגן אַ גלעזל בראָנפֿן.
― נאַ פּײ! אי פּאָיעזשאַי זבאָנאָם דאָמאָי На пей. И поезжай з богом домой: טרינקט דאָס, און גײט אַהײם, מיט גאָטס העלף!
אַנטאָש האָט אין דער גיך אַרײַנגעגאָסן דאָס גלעזל בראָנפֿן אין מױל, פֿאַרביסן מיט אַ שטיקל חלה און האָט פֿרײלעך אױסגעשריגן:
― ניקאָלי, ניע זבוד Ніколи не забуд! איך װעל קײנמאָל ניט פֿאַרגעסן!
― איר װײסט, ניט קײן שלעכטער ערל ― האָט אײנער פֿון דעם רעדל אַ זאָג געטאָן.
― װאָס האָסטו געװאָלט, ער זאָל דיך איצטער שלאָגן? ― האָט אײנער אַ שמײכל געטון.
דער עולם איז בײַם װאָרט „שלאָגן“ אומעטיק געװאָרן, און מען האָט זיך גענומען ביסלעכװײַז פֿונאַנדערגײן.