אין שבֿעות
װען עס װערט שױן װאַרעם
און דער פֿרילינג קומט
און שבֿעות איז דאָ
און שבֿעות איז דאָ
עסט מען בלינצעס
אין אַ מזלדיקער שעה.
לערנען מיר אין שול
דורך דער גאַנצער נאַכט
פֿון באַרג סיני
און משה רבינו
נישט געשלאָפֿן
קומט די זון אױף ס'נײַ.
דאַװנען מיר אין שול
לײענען מגילת רות,
אין דרױסן אַרױס
בײמער בליִען
פֿײגל פֿליִען
אַ בלום באַצירט דאָס הױז.