אַ קלײן ייִנגל איז אַמאָל אַרײַנגעגאַנגען אין קיך און האָט געזען װי עס בראָט זיך אַ קאַטשקע. האָט ער אָפּגעריסן אײן פּאָלקע פֿון דער קאַטשקע און האָט אָפּגעגעסן. שפּעטער איז די מאַמע אַרײַן אין קיך, זעט זי, אַז עס פֿעלט אַ פּאָלקע פֿון דער קאַטשקע, האָט זי פֿאַרשטאַנען, אַז דער ייִנגל האָט דאָס געמאַכט. איז זי אַרײַן אין שטוב, און האָט געפֿרעגט דעם ייִנגל, אױב ער האָט גענומען די פּאָלקע. זאָגט דער ייִנגל, אַז ער װײס פֿון קײן זאַך ניט. איז די מאַמע געגאַנגען און האָט דערצײלט די מעשׂה דעם טאַטן. דער טאַטע האָט ניט געמאַכט קײן לאַנגע געשעפֿטן, און גענומען דעם ייִנגל און האָט אים געפֿרעגט, פֿאַר װאָס ער האָט אָפּגעגעסן די פּאָלקע. זאָגט דער ייִנגל: ”איך האָב ניט גענומען קײן פּאָלקע.“ ― ”װאָס הײסט, דו האָסט ניט גענומען? װוּּ־זשע איז די צװײטע פּאָלקע?“ ― ”די קאַטשקע האָט געהאַט אין גאַנצן אײן פּאָלקע.“ איז דער טאַטע געװאָרן אין כּעס און האָט געגעבן דעם ייִנגל די ביטערע שמיץ. גאָרניט!
עס איז אַװעק אַ פּאָר טעג, איז דער טאַטע אַמאָל געגאַנגען מיטן ייִנגל שפּאַצירן. אױפֿן װעג האָט דער ייִנגל געזען, װי עס שטײט אַ קאַטשקע אױף אײן פֿיסל, די אַנדער פֿיסל האָט זי געהאַט פֿאַרהאַלטן אין די פֿעדערן, אַזױ װי טבֿע פֿון ליטװישע קאַטשקעס איז. האָט דער ייִנגל דאָס געװיזן דעם טאַטן און האָט אים געזאָגט: ”זעסט, טאַטע, אָט די קאַטשקע האָט אױך נאָר אײן פּאָלקע, ― טאָ פֿאַרװאָס האָסטו מיך דעמאָלס געשמיסן, אַז איך האָב געזאָגט אַז די קאַטשקע האָט אין גאַנצן אײן פּאָלקע?“ האָט דער טאַטע גענומען און האָט מיטן שטעקן אַװעקגעטריבן די קאַטשקע, און האָט געװיזן דעם ייִנגל װי די קאַטשקע איז אַװעקגעלאָפֿן אױף בײדע פֿיסעלעך. זאָגט דער ייִנגל: ”טאָ פֿאַרװאָס האָסטו יענע קאַטשקע ניט אָפּגעטריבן מיטן שטעקן, אפֿשר װאָלט זי אױך געקראָגן נאָך אַ פּאָלקע!“