אױב נישט נאָך קליגער
הירשע⸗דוד קאַץ

אין אַ שטעטל הינטער בערדיטשעװ איז געװען אַ װאונדער⸗רבי. שלאַפֿע ט'ער געהײלט, עקרות פֿאַר געװינערינס געמאַכט.

מ'האָט דאָרטן געלעבט אין געמױערטע הײַזער. קײן פּרנסה האָט ניט אױסגעפֿעלט. מ'האָט זיך משׂמח געװען מיטן רבונו של עולם און מיטן רבין שליט"א. אַ סבֿרא אַז דאָרטן טאַנצט מען שױן אין בױך בײַ דער מאַמען. פֿאַר קײנעם ניט געדאַכט, טאָמער שטאַרבט בײַ זײ אַ ייִד, טאַנצט מען שױן װײַטער אַרום קבֿר. װער קען דאָס פֿאַרשטײן די חסידים?

נאָר װאָס, אױף דער לבֿנה זײַנען אױך דאָ שאָטנס. באַלד עפּעס, האָט מען ניט געדאַרפֿט קלערן װעמען פּאַרטשעפּענען. האָט יענער גערעדט אונטער דער נאָז, האָט געהײסן אַז ער פֿאָנפֿעט װי אַ לוטװאַק. אַ מצװה ניט אָפּגעהיט ― לוטװאַק צלם⸗קאָפּ. אַ װידערשפּעניק קינד ― לוטװאַק שײגעץ. פֿון זינט דער גאָון האָט זײ אַרײַנגעלײגט אין חרם, די חסידים, האָט מען זיך אין אַ נױטפֿאַל אױך געשאָלטן, אַז יענער זאָל אַרײַנפֿאַלן צו די לוטװאַקעס.

צו זײ איז אַרײַנגעפֿאַלן אַ ליטװאַק. אַ ריכטיקער, ניט קײן צוגעקלערטער. ער איז געװען אַ פֿורמאַן מיט אַ שליחות אין מרחקים. פֿון קײן אײַזנבאַן האָט ער ניט געהאַלטן. זאָל ער פֿאָרן אין סטאַמבול װעט ער די קליאַטשע דאָרטן אױך אָנטרײַבן. אַן עקשן אַ ליטװאַק.

דער שטעטלשער שמש האָט דעם פֿרעמדן אין בית⸗מדרש געגעבן נאַכטלעגער.

מ'איז געקומען דעם בײזװאונדער אָנקוקן. ער איז געגאַנגען, דער ליטװאַק, מיט אַ קלײן בערדעלע און אַ דײַטשיש רעקל, אינגאַנצן אָן פּאות אַ ייִד. זײַן היטל איז אַפֿילו געװען אַ „ייִדיש היטל“, מיט אַ קאַזיריק, נאָר װאָס, אָנשטאָט אַ פֿלאַכן דעקל פֿון אױבן איז געװען אַ קאַפּוזע. אין גאַס האָבן אים נאָכגעשריִען קינדער: „אָנגעבלאָזענער לוטװאַק“. ער'ט אַ שמײכל געטאָן, און זײ אָנגעזאָגט, אַז בלאָזן בלאָזט מען שופֿר.

אין בית⸗מדרש האָט דער ליטװאַק אַראָפּגענומען אַ גמרא. דאַכט זיך, די גמרא חגיגה, און אפֿשר פּסחים. ער האָט זיך אָנגעהאַלטן אָן די צװײ עמודים װי אָן די לײצעס.

דאָרטן האָט שױן געקלונגען. אַ ליטװאַק אַ בעל⸗עגלה איז אַרײַנגעפֿאָרן, זיצט ער אין בית⸗מדרש און לערנט אַ בלאַט גמרא פֿאַר זיך.

מ'האָט אים נאַרײַעט אַ יחידות מיטן רבין. האָט ער זיך פֿאַרענטפֿערט, דער מתנגד, אַז ער דאַרף דאָך ענדיקן דעם בלאַט. דאָרטן גופֿא, אין דער גמרא װאָס ער האָט געהאַלטן אין לערנען, האָט ער אױפֿגעמישט אַז ס'שטײט געשריבן:

― אינו דומה שונה פּרקו מאה פּעמים לשונה פּרקו מאה ואחת. װער ס'לערנט הונדערט מאָל אַ פּרק איז ניט געגליכן צו דעם װאָס הונדערט⸗אײן מאָל.

איז דאָס געװען הײסט דאָס בײַ אים די גמרא חגיגה.

די חסידים קענט איר דאָך, זײ לאָזן ניט אָפּעט. האָט אים אַ צװײטער איבערגעריסן: די פּאָר מינוט װעט ער מיטן אײבערשטנס הילף גוטמאַכן דערנאָך. אַ יחידות מיטן רבין איז דוחה.

האָט דער ליטװאַק אַראָפּגענומען די מסכתּא שבת, ער'ט אױפֿגעמישט, אַז ר' יהודה הנשׂיא זאָגט אַז די שטראָף פֿאַר ביטול תּורה איז אַ האַרבע, די אײגענע זין קענען אַװעקשטאַרבן, רחמנא לצלן.

װײַטער האָבן זײ שױן געשװיגן, די חסידים. אַ ליטװאַק דאַרף דאָך אָבער אױף אַלצדינג אָפּענטפֿערן. אױס לשון קודש. װעגן דעם צי מ'קען גוטמאַכן געפּטרטע צײַט, האָט ער זײ שױן אַרײַנגעזאָגט אױף תּרגום לשון:

― יומא כּאַן, ומחר בבית קברי! ― הײַנט איז מען דאָ און מאָרגן אױפֿן בית⸗עולם. די חסידים זײַנען אַרױס. דער אונטער⸗שמש האָט דעם גאַסט שטילערהײט אױפֿגעהױבן דאָס קנױטל פֿון נאַפֿט⸗לאָמפּ. דער ליטװאַק האָט זיך מיטן לאָמפּ מחיה געװען. די אותיות האָבן געגלינצערט, װי אין הימל פֿאַר אַ פֿײַערדיקער שקיעה.

***

צו מעריבֿ האָט מען זיך אַלע אומגעקוקט אױפֿן ליטװאַק. מער ט'מען אים קײן קשיות ניט געפֿרעגט. אַז אַ ייִד זאָגט זיך אָפּ פֿון אַ יחידות מיטן רבין איז ניטאָ װאָס צו רײדן.

נאָכן דאַװנען איז דער ליטװאַק װײַטער געזעסן איבער דער גמרא בײַ דער ליכט פֿון נאַפֿט⸗לאָמפּ. אין בית⸗מדרש איז אַרײַן אַ זינדל פֿון שטעטלשן גבֿיר, אים האָט נאָך געפֿעלט אַ פּאָר יאָר צו בר⸗מצװה. דאָס ייִנגעלע מיט פֿליִענדיקע רױטע פּאות האָט זיך מיט חשק אַװעקגעזעצט האַרט לעבן ליטװאַק. מיט קײן פּיפּס האָט ער דעם פֿרעמדן ניט מפֿסיק געװען אין לערנען.

ראַפּטעם האָט דער מתנגד אַ חבֿרישע האַנט געלײגט אױף דער פּלײצע פֿון ייִנגעלע. ער האָט אים גענומען פֿאַרטײַטשן די גמרא, מיט רש"י און תּוספֿות. זײַן ליטװישע אױסשפּראַך האָט דעם ייִנגעלע אָנגעטאָן אַ כּישוף. גראָד װי רעלסן, גיך װי אַ באַן. שאַרף װי אַ קערב⸗זעג.

אָפּגעפֿאַרטיקט אַ סוגיא האָט דער ליטװאַק אַלײן אַן הפֿסקה געמאַכט. ער האָט אַ פֿרעג געטאָן בײַם ייִנגעלע װי רופֿט מען אים. דאָס ייִנגעלע האָט בײַם ליטװאַק געפֿרעגט פֿון װאַנען קומט ער.

― פֿון נאַראַט. ניט װײַט פֿון גאַראַן.

― ס' אַ שטאָט?

― אַ פּיצינקע שטעטעלע. קלענער אַ סך װי דאָ, אָרעמער אַ סך.

― װי װײַט איז דאָס פֿון דאַנען, אומגעפֿער?

― אַז דעם אום⸗געפֿער װאָס דאַרף מען? פֿון דאַנען נאַראַט איז נײַן הונדערט פֿיר און זעכציק װיאָרסט.

― װאו איז דאָס?

― װילנער גובערניע 'סטע געהערט?

דערהערט „װילנער גובערניע“, האָט דעם ייִנגעלע מיט די געפֿלאָכטענע פּאות אַ צופּ געטאָן אין האַרצן. ער האָט געשטומט. קײן שום חסיד קען ניט בלײַבן גלײַכגילטיק אַז לעבן אים שטײט אַ ייִד פֿון װילנער גובערניע. זאָל זײַן אַ ליטװאַק אַ מתנגד.

― בײַ אײַך איז דאָ אַ רבֿ?

― װאָדען, אַ גלח?

― קײן װאונדער באַװײַזט ער ניט?

―― ייִנגעלע! בײַ אַ מענטשן איז קלוגשאַפֿט דער גרעסטער װאונדער. ער איז קלוג װי שלמה המלך.

― ער דבֿיקעט זיך ניט מיט די ייִדן? מ'איז טאַקע טרױעריק דאָרטן?

―― ייִנגעלע! געמאַכטע פֿרײד איז אומעטיקער פֿון אַלע אומעטן. דעם לערנערס אומעט איז פֿרײדיקער פֿון אַלע פֿרײדן. אַז דו'סט עלטער װערן װעסטו אַרײַנפֿאָרן. נאַראַט. ניט װײַט פֿון גאַראַן.

צומאָרגנס פֿאַר שחרית איז דער ייִנגל אַרײַן אין בית⸗מדרש מיט זײַנע חבֿרימלעך אױפֿזוכן דעם ליטװאַק. קײן סימן איז פֿון אים ניט געװען.

***

אױך אַ חסיד נאָגט די תּאװה אַ זאַך צו דערגײן. אַ נפֿקא⸗מינה, ס'ברענט ניט. ס'איז אַװעק אַ יובֿל מיט יאָרן. פֿון ייִנגעלע איז געװאָרן אַ בײַכיקער ייִד מיט גרױע פּאות. ער איז געװען פֿון די שטעטלשע גבֿירים. די נײן קינדער זײַנע האָט ער אױסגעגעבן. די װײַב איז געשטאָרבן פֿון אַ האָבן און װײַטער ט'ער שױן ניט חתונה געהאַט. שיער ניט אַלע רװחים האָט ער אַװעקגעגעבן דעם רבינס הױף. װאָס אַ רבי קען אַ גראָשן אין מעשׂים טובֿים פֿאַרװאַנדלען קען אַ פּשוטער ייִד מיט קײן טױזנטער אױך ניט מאַכן.

דאַמאָלסט איז אים צו חלום געקומען דער ליטװאַק, װי ער זיצט אין בית⸗מדרש בײַם נאַפֿט⸗לאָמפּ. ער'ט אים דערזען װי ער טוט אַ זאָג מיט זײַן ליטװישער אױסשפּראַך: װילנער גובערניע 'סטע געהערט? אַז דו'סט עלטער װערן װעסטו אַרײַנפֿאָרן. נאַראַט. ניט װײַט פֿון גאַראַן.

ער איז אַװעק צום רבין, שױן יענעם רבינס אַן אײניקל. אַז בײַ זײ גײט דאָך עס פֿון טאַטן צום זון. האָט ער אים דערצײלט אַז אים איז צו חלום געקומען אַ ליטװאַק װאָס אײן נאַכט ט'ער גענעכטיקט אין בית⸗מדרש מיט אַ יאָר פֿופֿציק צוריק. אַ פֿורמאַן װאָס האָט געקענט לערנען אַ בלאַט גמרא. סײַ אין בית⸗מדרש און סײַ אין חלום האָט אים דער ליטװאַק געבעטן אַ קוק טאָן בײַ אים אין װילנער גובערניע.

דערהערט װילנער גובערניע האָט אױך דעם רבין אַ צופּ געטאָן אין האַרצן. ער'ט װױל געװאוסט אַז דאָרטן איז תּורה לערנען אַ קנין בײַ גאַנץ כּלל ישׂראל. האָט אים דער רבי געענטפֿערט אַזױ צו זאָגן: ― פֿון הימל איז דאָס! קײן „צופֿעליק“, איז נישטאָ! דער בעל שם טובֿ האָט מבֿאר געװען דעם ענין פֿון השגחה פּרטית. אַז אַ װינטל טראָגט איבער אַ בלעטעלע פֿון אַ בױם, פֿון אײן אָרט אױף אַ צװײטן אָרט ביז װאַנען עם בלײַבט ערגעץ ליגן, איז עס אַלץ השגחה פּרטית. איז דאָך קל וחומר אַז דער אײבערשטער האָט דעם ליטװאַק דאָ הי צוגעשיקט מיט פֿופֿציק יאָר צוריק. ביסט גאָר געבױרן געװאָרן צו אַזאַ מין שליחות. נעם דיר מיט חסידישע ספֿרימלעך מיט די סידורים פֿון אר"י הקדוש און לאָז דיך אין װעג אַרײַן קײן װילנער גובערניע. אָנװאַרעמען די נשמות דאָרטן! אַ סבֿרא אַז די גאַנצע שטאָט װעט בײַ זײ װערן חסידים. ניט פֿאַרגעסן זאָגן תּפֿילת הדרך.

***

דער חסיד האָט זיך אַװעקגעלאָזן אין װעג אַרײַן. קײן בערדיטשעװ ט'ער געכאַפּט אַ פֿור. דאָרטן איז ער אַרױף אױפֿן אײַזנבאַן. ער איז דורכגעפֿאָרן סלאָװיטע, ראָװנע, בריסק, ביאַליסטאָק, האָראָדנע, לאַנדװאַראָװ. ס'איז געװען נאָך שבֿועות. אין פֿענצטער האָט ער דערזען װי די פֿעלדער װערן אַלץ אָרעמער. די ליטװישע ערד האָט װאָרהאַפֿטיק נאָר צו בולבעס געטױגט.

צו די ערשטע פּאַסן פֿרימאָרגן⸗ליכט איז אָנגעקומען דער צוג אױפֿן װילנער װאָקזאַל. פֿורמאַנעס האָבן די באַנען אָפּגעװאַרט.

דער אַמאָליקער פֿורמאַן איז שױן לאַנג אױפֿן פֿורמאַנישן הימל געװען. האָט זיך דער חסיד אױסגעקליבן אַ ייִדן װאָס איז געװען אױף אים ענלעך.

― װאוהין?

― נאַראַט. נישט װײַט פֿון גאַראַן.

― נאַראַט? גאַראַן? עק װעלט! אַז ס'איז קײן זאַך דאָרטן ניטאָ!

― איז דאַרף מען נישט, כ'ל פּאָרן מיט אַ צװײטן.

― נאָ⸗אָ⸗אָ! אַף נאַראַט!

אַזױ האָט דער פֿורמאַן צום פֿערד אַ שרײַ געטאָן. דער פֿערד, ער איז געװען אַ געזונטער קאַשטאַן, האָט די בריטשקע געשלעפּט אױף יריד גאַס, ער איז אַרױס פֿון שטאָט אױף מאַלאָדעטשנע. אַלצדינג פֿאַר דעם װי דער פֿורמאַן האָט אַ צי געטאָן מיט אַ לײצע. אונטערװעגנס האָט ער בײַ זיך אַ טראַכט געטאָן, דער חסיד, אַז דער פֿערד איז אױכעט אַ ליטװאַק.

***

אָנגעקומען אין נאַראַט, װאָס ניט װײַט פֿון גאַראַן. דער חסיד איז אױסגעשטיגן פֿון װאָגן. אינמיטן גאַס ט'ער גענומען לאַכן. דער גאַנצער נאַראַט איז געװען אַ ביסל הילצערנע כאַטעס, קרומע, האַלב אײַנגעזונקענע אין דער ערד. אױך מיר אַ שטאָט!

אין אַן אױגנבליק האָט זיך אָנגעזאַמלט גאַנץ נאַראַט. מ'האָט זיך מחיה געװען מיטן פֿרעמדנס אױסטערליש ייִדיש לשון און די סאַמעט⸗זײַדענע מלבושים פֿון יענער זײַט סמבטיון. מ'האָט אים שײן אָפּגעגעבן שלום.

― אַ ייִד מעג דאָ בײַ אײַך נעכטיקן אין בית⸗מדרש אַ נאַכט?

― חס ושלום! װאָס פֿאַראַ בית⸗מדרש? בײַ מיר 'עט איר נעכטיקן! איך גיב אײַך אָפּ די שלאָפֿשטוב! בײַ מיר!

― אַװאָס דאַרפֿט איר אים האָבן? בײַ מיר װעט אײַך זײַן װי אין גלובאָק.

― איך װעל באַצאָלן פֿאַרן נאַכטלעגער.

― מיט אײַערע געלט 'עט איר אין גאַס שלאָפֿן! דאָ נעמט מען ניט קײן געלט בײַ אַ ייִדן װאָס פֿאָרט דאָ אַדורך! נאַראַט איז נאַראַט און סדום איז סדום!

דער שטעטלשער בעקער האָט פֿון קײן חכמות ניט געװאוסט. ער האָט דעם חסיד אָנגענומען פֿאַר דער האַנט און אַװעקגעפֿירט אין שטוב צו זיך.

בײַ די נאַראַטער האָט מען געהערט מערניט אײן װאָרט: „אױסגעכאַפּט“.

דעם בעקערס קינדער זײַנען אין פֿאָראױס אַהײמגעלאָפֿן. אַז דער טאַטע איז אַרײַן מיטן גאַסט האָבן זײ דרײ מאָל אױסגעזונגען „שלום עליכם, מלאכי השרת, מלאבי עליון“, פּונקט װי אום שבת.

ס'איז געװען אַן אָרעם שטיבעלע מיט אַן ערדענער פּאָדלאָגע. אינמיטן איז געשטאַנען אַ שטײנערנער אױװן װאָס האָט פֿאַראײנװעגס דאָס שטיבעלע אינצװײען געטײלט.

דער בעקער האָט צוגעשטעלט אַ פֿלאַש בראָנפֿן און געמאַכט לחײַם מיטן פֿרעמדן. די בעקערין האָט דערלאַנגט טײגלעך אין האָניק מיט פֿלױמען⸗קאָמפּאָט.

***

מ'איז אַװעק אין בית⸗מדרש אױף מנחה⸗מעריבֿ.

אַזאַ אָרעם בית⸗מדרשל, אינגאַנצן פֿון האָלץ, האָט דער חסיד נאָך ניט געזען. צו אים איז צוגעגאַנגען דער רבֿ. ער'ט זיך דערפֿרײט אַז בײַ אים אין בית⸗מדרש קומט דאַװנען אַ ייִד פֿון אַ װײַטן לאַדן.

דער חסיד האָט אים שטילערהײט אַ פֿרעג געטאָן װי אַזױ מ'קען דאַװנען אָן אַ גאַרטל. דער רבֿ האָט אים אַװעקגעלײגט אַ האַנט אױף דער פּלײצע.

― אַ גאַרטל לײגט מען איבערן מענטעלע פֿון אַ פּסולער ספֿר תּורה!

האָט אים דער חסיד װײַטער געפֿרעגט פֿאַרװאָס טײל ייִדן גײען אום אין גאַס בגילױ ראָש.

― אַז ס'גײט ניט אין קײן דין. אַזױ'ט געפּסקנט דער גאָון. הלכות נטילת ידים, סימן ח, סעיף ב'.

דערהערט „גאָון“, האָט דעם חסיד אָנגעכאַפּט אַן אימה, די זעלביקע אימה װאָס מיט פֿופֿציק יאָר פֿריִער, אַז ער האָט ייִנגלװײַז דאַמאָלסט דערהערט „װילנער גובערניע“. ער איז דאָ דאָ אין לאַנד פֿון װילנער גאָון.

צװישן מנחה⸗מעריבֿ האָט דער רבֿ געלערנט מיט די באַלעבאַטים אַ שיעור יורה דעה. סײַ פֿון טור און סײַ פֿון מחבר מיטן רמ"א. אַלע װײַלע ט'ער געבראַכט דעם ט"ז מיטן ש"ך. יעדן סעיף האָט ער אָפּגעשלאָסן מיטן גר"א, דעם װילנער גאָון. דער רבֿ האָט יעדן אין די אױגן אַרײַנגעקוקט און מסביר געװען אַ זאַך ביז װאַנען ער האָט ניט געזען אַז מ'פֿאַרשטײט גענױ. דעם חסיד איז אױפֿגעלאָפֿן אַ שװײס. טאָמער װעט מען זען אַז ער איז ניט קײן קענער אין די קלײנינקע אותיות. דער סוף איז געװען אַז ער האָט אַלצדינג פֿאַרשטאַנען. צום ערשטן מאָל אין זײַנע יאָרן ט'ער תּופֿס געװען אַ מחלוקת צװישן די פּוסקים „אינעװײניק“. אַן עלית נשמה איז דאָס אים געװען.

שפּעט בײַנאַכט האָט אים דער בעקער אַ זאָג געטאָן:

― זײַט װיסן, אַז דער נאַראַטער רבֿ איז קלוג װי שלמה המלך.

― פֿרעגט נישט. דאָס האָט מען מיר מיט פֿופֿציק יאָר צוריק נאָך געזאָגט װעגן אַ פֿריִערדיקן נאַראַטער רבֿ.

אַזױ גאָר?

***

פֿאַרטאָג איז דער בעקער אַװעק אין בעקערײַ. דער חסיד האָט סײַ װי ניט צוגעמאַכט קײן אױג. איז ער אױך אַרױס אינדרױסן. דאָרטן האָט ער דערזען װי דער רבֿ לאָזט זיך אין װאַלד אַרײַן. איז ער אים פֿונדערװײַטנס נאָכגעגאַנגען. װאָס קען האָבן אין װאַלד אַ רבֿ?

דער רבֿ האָט אים באַלד דערזען װי ער גײט אים נאָך.

― איר גײט אױך אין װאַלד אַרײַן שפּאַצירן? טאָ קומט. אינצװײען איז פֿרײלעכער.

― װאואַהין?

― אַ קראַנקע ייִדענע, זי לעבט דאָ ניט װײַט. אױפֿן דאָרף.

― מיט רפֿואות?

― רפֿואות גיט דער פֿעלדשער.

― איך האָב מיט זיך געלט. איך װעל איר שענקען אַ נדבֿה.

― מ'דאַרף דאָך ניט. דערױף איז דאָ אַ גמילת חסד. גיט בעסער זײ, װעט מען אױסטײלן אַלע אָרעמעלײַט.

― איז מיט אַ ברכה? אונדזער רבי הײלט מיט אַ ברכה.

― מײנע ברכות האָבן נאָך קײנעם ניט אױסגעהײלט.

װײַטער האָט מען צװישנאַנאַנד ניט געשמועסט. פֿון טױאיקע צװײַגן זײַנען זײ בײדע גענעצט געװאָרן. אינדערװײַטנס האָט זיך אָנגעזען דאָס שטיבעלע װאו ס'האָט געלעבט די אַלמנה. דער נאַראַטער רבֿ איז אַרײַן אינעװײניק. דער חסיד איז אַ שטומער געשטאַנען אױף דער שװעל און זיך צוגעקוקט.

― ראָכאַיקע, װאָס װײנט איר?

איר האָט שױן פֿון יאָרן אָפּגענומען דאָס לשון. נאָר פֿון אירע קלוגע אױגן איז געװען באַשײַמפּערלעך אַז זי איז בײַ די קלאָרע געדאַנקען.

פֿון בוזעם⸗קעשענע האָט דער רבֿ אַרױסגענומען אַ ביכעלע. דאָס איז געװען אַ פּרשת שבֿוע מיט מפֿרשים װאָס מ'האָט אין װילנע אַרױסגעלאָזן.

האַרבע עבֿרי לײענען איז פֿאַר אירע כּוחות ניט געװען. די זקנה האָט זיך אָבער מיטן ביכעלע מחיה געװען. געהאַלטן, געגלעט, אױפֿגעמישט.

דער רבֿ האָט גענומען דערצײלן פֿון דער סדרה מיט זײַן האַסטיקן ליטװישן קול. די קראַנקע ייִדענע האָט זיך גענומען אױפֿמונטערן.

נאָכדעם האָט ער איר געזאָגט װאָס רש"י מאַכט, שױן מיט אַ ניגון. די קראַנקע האָט באַװיזן אַ מאַך טאָן מיט די ליפּן: „אײַ גוט“.

דאַן האָט ער גענומען דערצײלן מעשׂיות פֿון מדרש, אױף אַ בדחנישן שטײגער, מיט לאַכעדיקס און װײנעדיקס. די קראַנקע האָט גענומען שאָקלען מיטן קאָפּ אַהער און אַהין צום טאַקט פֿון די מעשׂיות.

נאַכער האָט ער געבראַכט משלים פֿון מוסר ספֿרים, אױף אַ מגידישן משקל.

צום סוף האָט ער דערצײלט פֿון אַ גמרא װאו מ'ברענגט פֿון דער סדרה אַ פּסוק. די קראַנקע האָט קױם פֿאַרשטאַנען אין װאָס דאָ איז געגאַנגען. שױן דער גמרא ניגון, בײַ איר דאָרטן עק װאַלד אין דער כאַלופּע, האָט איר צוגעגעבן אַ שטיק געזונט. מיטן פֿאַרקרימטן מױל האָט זי זיך פֿאַר גרױס פֿרײד צעשמײכלט.

***

דער חסיד איז שױן געבליבן אין נאַראַט אַ מתנגד. טאָמער האָט עמעצער געלאָזן פֿאַלן אַז דער נאַראַטער רבֿ איז קלוג װי שלמה המלך, האָט ער שטילערהײט אַ זאָג געטאָן:

― אױב נישט נאָך קליגער.