רפֿאל פֿינקל שטאַמט פֿון אַ משפּחה ייִדיש־ליבהאָבערס אין טשיקאַגאָ. זײַן זײדע פֿלעג פּראַװען ייִדיש־דאָנערשטיקן. אָבער דאָס איז אַלץ געװען יאָרן פֿאַר רפֿאלס געבורט. ער האָט געהערט ייִדיש אין דער הײם אײן מאָל אין אַ יאָר מיט אַ מיטװאָך, אַחוץ אין אַ זעלטענעם װיץ אָדער אױף אַ פּליט פֿון ייִדיש פֿאָלקסלידער. כּדי ניט צו פֿאַרלירן זײַן ייִדיש־ירושה האָט רפֿאל זיך גענומען צו דער שטודיע פֿון דער שפּראַך ערשט אין אוניװערסיטעט פֿון טשיקאַגאָ, װוּ ער האָט זיך געלערנט מיטן רבֿ טיקטין. שפּעטער װי אַ גראַדויִרטער אין סטאַנפֿאָרד איז ער ממשיך מיט זײַנע ייִדישע לימודים (אױף אַ זײַט, פֿאַרשטײט זיך, פֿון זײַן געװײנטלעכער אַרבעט: קאָמפּיוטער װיסנשאַפֿט). ער רעדט מיט זײַנע צװײ קינדער בלױז ייִדיש (װען מעגלעך). ער איז אַ שטענדיקער אָנטײל נעמער אין דער יערלעכער ייִדיש־װאָך. רפֿאל האָט אױסגעאַרבעט עטלעכע ניצלעכע קאָמפּיוטער־מכשירים, װי זײַן ייִדישע שרײַבמאַשינקע. ער איז דער טעכנישער רעדאַקטאָר פֿונעם װעבס־זשורנאַל „דער באַװעבטער ייִד.“ מע קען דאָס אַלץ געפֿינען דאָ.