גאָר ניט אַלע רוסישע ייִדן זײַנען געװען פּאַטריאָטיש געשטימט. מע קען זיך פֿאָרשטעלן, אַז ס´רובֿ ייִדן האָבן געהאַט אַזאַ באַציִונג צו זײער שטיף-מלוכה. גלײַכצײַטיק, זײַנען געװען טױזנטער יונגע ייִדן, בדרך-כּלל װעלטלעך געבילדעטע, װעלכע האָבן געװאָלט װײַזן זײער רוסישן פּאַטריאָטיזם. דער רעפֿעראַט װעט זיך פֿאָקוסירן אױף די ייִדישע פּאַטריאָטן – סײַ אין רעאַלן לעבן סײַ אין דער ליטעראַטור.