שטילער, שטילער

מאַני לײב

זישאָ לאנדױ׳ן.

שטילער! שטילער! רעדט ניט הױך!
שטײט געבױגן שװאַרץ און בלײך.
אײַנגעבױגענע אין פּײַן,
שװײַגט און האַלט דעם אָטעם אײן.

פֿון דער טיפֿער נאַכט אַרױס
און פֿון קײנעם ניט געהערט,
װעט ער אױף אַ װײַסן פֿערד
קומען שטיל צו אונדזער הױז.

פֿון זײן לױטערן געזיכט
און זײן קלאָרן װײסן קלײד
װײען װעט אױף אונדז די פֿרײד,
פֿאַלן װעט אױף אונדז זײן ליכט.

זײט נאָר שטילער! רעדט ניט הױך!
שטײט געבױגן שװאַרץ און בלײך.
אײַנגעבױגענע אין פּײַן,
שטײט און האַלט דעם אָטעם אײַן.

אױב מען האָט אונדז אָפּגענאַרט,
און מען האָט אונדז אױסגעלאַכט,
און די גאַנצע לאַנגע נאַכט
האָבן מיר אומזיסט געװאַרט,

װעלן מיר אין אונדזער בראָך
בױגן זיך צום האַרטן דיל
און מיר װעלן שװײַגן שטיל,
שטילער נאָך און שטילער נאָך,

זײט־זשע שטילער! רעדט ניט הױך!
שטײט געבױגן שװאַרץ און בלײך.
אײַנגעבױגענע אין פּײַן,
שטײט און האַלט דעם אָטעם אײן...

(1914)