לידער

חיקע ברוריה װיגאַנד

־־־ טרערנליד ־־־ 

װי אַ ליד 
לײג איך אַרײַן 
מײַנע טרערן 
אין דײַן האַנט, 
און עס חלומט זיך מיר, 
אַז זײ װאַקסן 
אין זײער גאַנצער שײנקײט 
פֿון אומעט און גליק. 

אַפֿילו װען מײַנע טרערן 
געפֿינען ניט דײַן האַנט, 
היט מיר אױף 
מײַן ליבשאַפֿט. 

אַפֿילו װען מײַנע טרערן 
װאַקסן ניט אױף דײַן האַנט, 
צעבליִען זיך ניט, 
היט מיר אױף 
מײַן חלום. 

װי אַ ליד 
לײג איך אַרײַן 
מײַנע טרערן 
אין דײַן האַנט. 
אפֿשר 
װעלן זײ װאַקסן 
און זיך צעבליִען 
אין זײער גאַנצער שײנקײט 
און פֿאַרװאַנדלען 
אַל דעם אומעט 
אין ליכט... 

־־־ שבת ־־־ 

ס'איז די שטילקײט אפֿשר 
נאָכן שטורעם, 
די מידקײט 
נאָך אַ װאָך פֿון יאָגענישן, 
פּלאָגענישן, פּלאָנטערנישן, 
די געבענטשטע רו 
נאָך אַ װיכער 
פֿון צעשױבערטע כװאַליעס, 
אַ הױך פֿון חדװה 
נאָכן תּוהו ובֿוהו. 

ס'איז די שטילקײט אפֿשר 
פֿאַר אַ נײַעם שטורעם, 
די מידקײט 
פֿאַר אַ נײַער װאָך פֿון יאָגענישן, 
פּלאָגענישן, פּלאָנטערנישן, 
די געבענטשטע רו 
פֿאַר אַ נײַעם װיכער 
פֿון צעשױבערטע כװאַליעס, 
אַ הױך פֿון חדװה 
פֿאַרן תּוהו ובֿוהו. 

ס'איז די שטילקײט, 
די מידקײט, 
די געבענטשטע רו, 
אפֿשר 
אַ הױך פֿון חדװה. 

שבת. 

־־־ אַ חלום ־־־ 

נעכטן האָב איך באַגעגנט אַ חלום, 
װאָס האָט אַזױ זינגענדיק 
שפּאַצירט אױפֿן בולװאַר. 
כ'האָב אים אַ שמײכל געגעבן: 
אַ ברוך הבא דיר. 
קומסט שפּעט. 

ער האָט זיך צעלאַכט און צעזונגען 
און צו מיר געטאָן אַ זאָג: 
האָב קײן מורא ניט, 
כ'בין בלױז אַ חלום. 
קום און לעב אין מיר, 
און דו װעסט פֿליִען הױך. 

און ער איז אַנטפֿלױגן. 

איך האָב אַזױ זינגענדיק 
שפּאַצירט אױפֿן בולװאַר 
און געזאָגט צו מײַן האַרץ: 
אַ ברירה האָבן מיר ? 

־־־ עס װאָרקען טױבן פֿאַר מײַן פֿענצטער ־־־ 

עס װאָרקען טױבן 
פֿאַר מײַן פֿענצטער 
אין אַ פֿינצטערן פֿרימאָרגן 
נאָך אַ לבֿנהדיקער נאַכט. 

נאָר די װײַסע טױב 
פֿון מײַן פּאָעזיע, 
װאָס װאָרקעט אױס איר ליד 
אין מײַן חלום, 
באַהאַלט זיך טיף 
אין מײַן זכּרון 
און מײַן מוזע 
בלײַבט פֿאַרטראַכט. 

עס װאָרקען טױבן 
פֿאַר מײַן פֿענצטער 
אין אַ פֿינצטערן פֿרימאָרגן 
נאָך אַ לבֿנהדיקער נאַכט. 

עס פֿאַלן פֿעדערן, 
גרױע, שװאַרצע, גרינע, 
אױף לײדיק װײַס פּאַפּיר. 
עס שפּילן שטערנהענט זיך פֿיר 
אױף לײדיק װײַס פּאַפּיר. 
צװײ פֿונעם לבֿנה־קינד 
און צװײ פֿון זײַנס אַ מלאך, 
װאָס העלפֿט אים 
אױסשפּילן זײַן חלום 
און זײַן ליד. 

עס װאָרקען טױבן 
פֿאַר מײַן פֿענצטער 
אין אַ פֿינצטערן פֿרימאָרגן 
נאָך אַ לבֿנהדיקער נאַכט. 

־־־ שטערנגליק ־־־ 

שטערנקינד, 
פֿאַרפֿלײצט 
פֿון לבֿנה־ליכט, 
אינעם טרערן־טאַנץ 
פֿון דער נאַכט. 

אַ פֿאַלנדיקער שטערן 
פֿון גליק 
פֿאַלט אַראָפּ 
פֿון הימל 
אױף אומזיכערן באָדן, 
װערט אַ זױמען, 
אַ בלום, 
אַ טרער, 
פֿאַרװאַנדלט האָפֿענונג 
אין אומעט, 
אומעט 
אין האָפֿענונג, 
הײבט זיך אױף 
װי אַ פֿױגל 
אָדער װי אַ תּפֿילה 
און קערט זיך צוריק 
אין הימל 
װי אַ ליד. 

שטערנקינד, 
פֿאַרפֿלײצט 
פֿון טרערן, 
פֿאַרװאַנדלט 
פֿונעם שטערנגליק 
פֿון דער נאַכט. 

־־־ גאַנץ אומגעריכט ־־־ 

געשטאָכן האָט מיך 
מײַן מוזע, 
גאַנץ אומגעריכט, 
װי אַ בין, 
מיט אַ שטאָך, אַ זיסן, 
מיט זינגענדיקע טענער, 
און געזאָגט האָט זי 
צו מיר אַזױ: 

איז, װאָס איז דער חידוש? 
איך בין דײַן מוזע. 
קום און שפּיל זיך מיט מיר, 
און דו װעסט קענען 
באַשאַפֿן װעלטן 
פֿון װערטער און פֿון קלאַנגען, 
פֿון קאָלירן און געזאַנגען, 
אַ גאַנצע סימפֿאָניע 
פֿון סאַמע גרונט 
פֿון דײַן נשמה. 

כ'האָב צום האַרצן 
זי געטוליעט, 
און ס'האָט אַ טיאָכקע געטאָן 
פֿון װײטיק 
און פֿון גליק. 

באַשאַפֿן האָב איך 
ניט קײן װעלטן 
און ניט קײן סימפֿאָניעס, 
נאָר פֿון די אותיות 
און טענער און קאָלירן 
פֿון אָט דעם באַגעגעניש 
אַ קלײן, 
באַשײדן ליד.