טרױם קאַץ הענדלער
פֿון איר סעריע ליבעלידער ,,שׂמחה''
358
שבת, דעם 4טן מערץ
פֿאַר דיר, שׂמחהניו, מײַן בליציקער קריסטאַל
אין אױסבײַט-פֿלױמאַרק
כ'שפּאַציר
מיט מײַן חבֿרטע כאַשע,
מיט איר און מיט דיר,
צװישן ליוסטערע װאַנטלײַכטער
װאָס גליִען מיט זכרונות
אין אַ טעאַטער-ראַמע
פֿון פּיראָטעכניקע שאָטנס;
זכרונות װאָס שײַנען, בליצן,
בלאַנקען און באַהיצן;
גלאַנצן, פֿינקלען,
גלימערן און באַשיצן;
בריליאַנטעװען, ברענען,
פֿלאַמען, און פֿאַרנעמען ---
צעשטראַלן זיך
דורכזיכטיק, ציכטיק ---
אילומינירן
מיט דײַן פּנים,
דײַנע אױגן,
דײַנע װערטער,
דײַן גוף;
און איך װער צוריקגעצױגן,
גײ נאָך אַ מאָל
דורך אונדזערע ערטער,
פֿאָלג נאָך דײַן בליציקן קריסטאַל:
דו ביסט אומעטום,
אין די שטאַלן
מיט בורשטײן,
שישקאַבאָב,
זײגערלעך,
און פּענען ---
זי איז לעבן מיר,
איך בין לעבן דיר.
365
פֿרײַטיק, דעם 21סטן אַפּריל
פֿאַר דיר, שׂמחהלע, מײַן גרינגע גאולה
פּסח-מחשבֿות
ביסט מײַן באַשערטער,
מײַן זיװג-מין-השמים,
מײַן משה-רבינו
װאָס פֿירט מיך פֿון מצרים.
קאָקעטיש און פּאָעטיש
טרינק איך לחײם
צו אונדזער צוזאַמענזײַן
אין דמיונדיקן ירושלים.
377
דאָנערשטיק, דעם 27סטן יולי
פֿאַר דיר, שׂמחהשי, מײַן רעזערװוּאַר
ים-שפּיל
מיר שפּילן זיך מיט שפּראַך,
אי װעלטלעך אי תּנ''ך,
און לאַכן אַ סך.
מיר שמועסן פֿון ייִדיש
און "לאָקשן-קודש",
אױך װערטער אױף גױיִש.
נעכטן האָבן מיר גערעדט
פֿון אַ ים-הינטל,
אַ ים-פֿערדל,
אַ ים-חזירל,
און אַנדערע באַשעפֿענישן
אין ים-טיפֿענישן.
װוּ דו ביסט איז מײַן ים-פּאָרט,
אין פֿאַנטאַזיע פֿאָרן מיר דאָרט;
אין אַלע זיבן ימען
זײַנען מיר ים-מאַן --- ים-מײדל
און ציִען יעניקע צוזאַמען,
נישט בנשיקה.
383
דינסטיק, דעם 12טן סעפּטעמבער
פֿאַר דיר, שׂמחהלע, מײַן באַליבטער קונצן-מאַכער
דראָטן-טענצער
מיר זײַנען דראָטן-טענצער
װאָס װעטן אױף פֿײַער פֿערדלעך
מיט זײַדענע טריט
פֿון מזרח-מעריבֿ און צוריק.
מיר זשאָנגלירן, געװינען,
געפֿינען פֿאַרגעניגן
אין ליבעס פֿרײלעכן ניגון
און בלײַבן אַנטשװיגן.
מיר באַנײַען כּסדר
דעם באַגער און די פֿרײד
מיט ליבינקע װערטער,
האָקוס-פּאָקוס, און רײד.
384
דאָנערשטיק, דעם 21סטן סעפּטעמבער
פֿאַר דיר, שׂמחהשי, מײַן בעל-גליק
מײַן טשעמפּיִאָן
די בעט איז אונדזער שפּילפּלאַץ,
אונדזער אַטלעטיש פֿעלד,
דו ביסט מײַן אָלימפּישער ספּאָרטסמאַן,
מײַן טשעמפּיִאָן-העלד.
אַ ביסל אַקראָבאַטיק
מיט שװאַרצקינצלערײַ;
פֿון טעם-גן-עדן
טוען מיר נישט שײדן.
מיר'ן זיך זופּן װי הײסע לאָקשן,
גליקלעך װי די װעלט,
זיך אופֿעסן װי צוקער-לעקעך
אין אונדזער ספּאָרט-געצעלט.