אסתּר
(אסתּר שומיאַטשער-הירשבײן לזכּרון)

בײלע שעכטער-גאָטעסמאַן

אַרױס פֿון דער אונטערערד-טורמנע
און אַרױף אױפֿן העכסטן גאָרן
איר אױסגעטאָקטע דירה
אין בלאָ געבאָדענע פּאַנאָראַמע
הימל און טײַך געאָרעמט
אַקעגן דער פּאָעטישער דאַמע
װענט אירע --- אײן װיברירן:
דער פֿאַרביקער גאַנג, זײערע טעג...
בילדער --- סקולפּטאָרן, סוּװענירן
זי און איר פּרץ --- אַ פֿליִיִקער גאַנג.
סע שפּינען אירע װערטער זײערע חלומות
אַן אָן-סופֿיקער שפּאַן איבער
די װײַטסטע מקומות
און יעדער טראָט אַן איבערלעב
און יעדער טאָג אַ נײַער אָנהײב
אינדיע: ייִדישע ביכער
פֿאַר טאַגאָרעס אַקאַדעמיע
מיט צאַרט-ברעכיקע פֿינגער
צעלײגט זי דעם כּיבוד
אופֿנעמען געסט אַן אמתע פֿרײד איר.
סצענעס שורהן זיך פֿון פֿאַרגילדיקטן
זכּרון-אַלבאָם
איר אַלטער חן אױף צעיונגטע ליפּן
יעדער ריר-און-קער
מיט גראַציע-טיולן באַהױכט.
נאָר אַ זידנע לץ זיך אָנגעזעצט
און פֿאַרפֿירט דעם מעשׂה-פֿאָדעם
פֿאַרלירט זיך דער אָנהײב
פֿאַרגעסט זיך דער סוף.
בעט איר אומרויִקער שמײכל: זײַט מוחל.
זיקנה --- אַן אומפּאַסיקער גאַסט
בײַ אַזאַ װוּנדערלעכער פּאָעטעסע.