ד"ר ישׂראל סטופּניק
גאָמולקאַ (אַ געשיכטלעכע דערצײלונג)
פֿון די צײַטן פֿון מלך באָלעסלאַװ ביזן סוף פֿון דער פּױלישער פֿאָלקסרעפּובליק און דער װידערגעבורט פֿון פּױלישער רעפּובליק, האָט פּױלן דורכגעמאַכט אַלערלײ גילגולים. זי האָט געהאַט צײַטן פֿון פֿרײַהײט, מאָמענטן אין װעלכע זי איז געװען כּמעט אַ גרױסמאַכט, און יאָרן פֿון פֿאַרשקלאַפֿונג. זי האָט דורכגעלעבט קורצע שלום-תּקופֿות און לאַנגע מלחמה-יאָרן.
אַרײַנגעפֿאַסט אינעם האַרץ פֿון מזרח-אײראָפּע, איז זי אַרומגערינגלט געװאָרן פֿון מעכטיקע שכנים: פּרײַסן, רוסלאַנד, און עסטרײַך-אונגאַרן. אין 1812, אינעם נאַפּאָלעאָנישן אופֿברױז, איז אַנטשטאַנען דער װאַרשעװער דוקאַט. בײַם סוף פֿונעם באָנאַפּאַרטישן פֿרילינג איז פּױלן צעטײלט געװאָרן אין װין --- אין יאָר 1815, דורך די אָנטײלנעמער אין הײליקן אַליִאַנץ --- צװישן דעם רוסישן צאַר, פּרײַסן, און דעם עסטראַך-אונגאַרישן קיסר. אין פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט זײַנען פֿאָרגעקומען אופֿשטאַנען און עס זענען געפֿירט געװאָרן קאַמפֿן פֿאַר פּױלנס פֿרײַהײט. די פֿרײַהײט איז ערשט געקומען אין יאָר 1918, בײַם סוף פֿון דער ערשטער װעלט-מלחמה, װען די ראָמאַנאָװ-אימפּעריע איז זיך צעפֿאַלן.
פּױלנס אומאָפּהענגיקײט האָט בלױז אָנגעהאַלטן אײן און צװאָנציק יאָר.
דעם ערשטן סעפּטעמבער 1939 האָט דײַטשלאַנד אינװאַדירט פּױלן. דאָס איז געװען דער פֿונק װאָס האָט אָנגעצונדן די מעכטיקע שׂריפֿה: די צװײטע װעלט-מלחמה. די פּױלישע אינפֿאַנטעריע און קאַװאַלעריע זענען צעשמעטערט געװאָרן דורך די פּאַנצער-דיװיזיעס, װאָס האָבן אָנגעגריפֿן סינכראָנזיריט מיט דער לופֿטװאַפֿע װאָס האָט באָמבאַדירט פֿון די הימלען. נאָך דרײַ װאָכן האָט זיך פֿאַרענדיקט דער פּױלישער װידערשטאַנד. דײַטשלאַנד האָט פֿאַרנומען צענטראַל- און מערבֿ-פּױלן, דער ראַטן-פֿאַרבאַנד האָט פֿאַרנומען מזרח-פּױלן און װילנע איז איבערגעגעבן געװאָרן ליטע. אָט די נײַע צעטײלונג פֿון פּױלן צװישן דײַטשלאַנד און רוסלאַנד איז געװען אַ טײל פֿון די געהײמע פּראָטאָקאָלן פֿון מאָלאָטאָװ-ריבענטראָפּ-אָפּמאַך.
די דאָזיקע לאַגע האָט זיך געענדערט אין יוני 1941, װען דײַטשלאַנד איז באַפֿאַלן דעם ראַטן-פֿאַרבאַנד. דער ערשטער שריט איז געװען דאָס פֿאַרנעמען מזרח-פּױלן. שפּעטער זענען פֿאַרנומען געװאָרן װײַסרוסלאַנד, אוקראַיִנע, קרים, און אַ גרױסע טײל רוסלאַנד דערגײענדיק ביז די טױערן פֿון מאָסקװע, לענינגראַד און סטאַלינגראַד. אין דעם פּונקט האָט זיך דער דײַטשער אַװאַנס אָפּגעשטעלט. זײַן צוריקקער האָט זיך אָנגעהױבן --- דער אָנזאָג פֿון דײַטשלאַנדס מפּלה.
אין צװישנצײַט האָט דײַטשלאַנד געלאָזט װיסן דער װעלט װעגן דער שחיטה אין קאַטין און באַשולדיקט דעם ראַטן-פֿאַרבאַנד אין האָבן דערשאָסן טױזנטער פּױלישע אָפֿיצירן. דער אינטערנאַטיִאָנאַלער רױטער קרײץ האָט נאָכן דיקטאַט פֿון אַ ספּעציעלער קאָמיסיע פֿאַראַנטװאָרטלעך געמאַכט דעם ראַטנמאַכט פֿאַר דער שחיטה. די פּױלישע גלות-רעגירונג, פֿון איר זיצפּלאַץ אין לאָנדאָן, בעט אױסצופֿאָרשן דעם ענין און אָננעמען די געהעריקע סאַנקציעס. סטאַלינס רעגירונג װאַרפֿט אָפּ די באַשולדיקונגען און באַשולדיקט דײַטשלאַנד, און פֿול מיט צאָרן רײַסט זי איבער די באַציונגען מיט דער פּױלישער גלות-רעגירונג און גיט איר שטיצע דעם באַפֿרײַונגס-קאָמיטעט װאָס װעט זיך ספּעטער אײַנאָרדענען אין לובלין.
נאָך דעם װאָס דער ראַטן-פֿאַרבאַנד איז אױפֿגעלײזט געװאָרן האָט רוסלאַנד אָנערקענט אַז סטאַלין האָט באַפֿױלן דורכצופֿירן די קאַטין-שחיטה.
* * *
װען די זיגרײַכע סאָװעטישע אַרמײ האָט אַװאַנסירט מיטן ציל צו פֿאַרנעמען דײַטשלאַנד, האָט זי זיך אָפּגעשטעלט בײַ די טױערן פֿון װאַרשע, װײַל די דאָרטיקע באַפֿעלקערונג איז אױפֿגעשטאַנען קעגן די סױנעם. דער אַװאַנס איז פֿאָרגעזעצט געװאָרן מיט צװײ חדשים שפּעטער, נאָך דעם װאָס די דײַטשן האָבן דערטרונקען אין בלוט און פֿײַער דעם פּױלישן אופֿשטאַנד אין חרובֿער װאַרשע. די צעשטערונג פֿון פּױלנס הױפּטשטאָט איז דורכגעפֿירט געװאָרן אין דרײַ עטאַפּן: אין סעפּטעמבער 1939, בײסן אָנהײב פֿון דער מלחמה; צװישן אַפּריל און יוני 1943, בײַם דערשטיקן דעם געטאָ-אופֿשטאַנד; און די לעצטע, בײַם אונטערדריקן דעם אופֿשטאַנד דעם פּױלישן.
אין אַ געװיסער מאָס האָבן די סאָװעטישע כּוחות באַטראַכט די פּױלישע קעמפֿער בײסן אופֿשטאַנד מיט די זעלבער גלײַכגילטיקײט מיט װעלכע אָט די פּאָליאַקן האָבן געקוקט אין אַפּריל 1943 אױף די ייִדישע קעמפֿער פֿון געטאָ-אופֿשטאַנד.
פֿאַרשטײט זיך, אַז װי נאָר די סאָװעטן זענען אַרײַן אין װאַרשע און האָבן באַפֿרײַט פּױלן פֿונעם פֿינפֿיעריקן נאַצי-גיהנום, האָט איבערגענומען די מאַכט דער לובלינער קאָמיטעט, װאָס האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט די פּראָװיזאָרישע רעגירונג. די גלות-רעגירונג, די לעצטע װאָס פּױלן האָט פֿאַרמאָגט ערבֿ איר מפּלה און צעטײלונג, איז נישט דערלױבט געװאָרן אומצוקערן זיך. די פּראָװיזאָרישע רעגירונג, ד"ה דער לובלינער קאָמיטעט, אָדער בעסער געזאָגט די סאָװעטן, האָט גערופֿן צו װאַלן --- אין װעלכע עס האָט געװוּנען (װי עס איז פֿאַרשטענדלעך) די קאָאַליציע אין װעלכער די פֿאַראײניקטע סאָציאַליסטישע פּאַרטײ איז געשטאַנען בראָש. אַזאַ נאָמען האָט מען געגעבן דער נײַער קאָמוניסטישער פּאַרטײ װאָס איז געגרינדעט געװאָרן נאָך דעם װאָס די אַלטע איז אױפֿגעלײזט געװאָרן. עס איז צונױפֿגעשטעלט געװאָרן אַ קאָאַליציע-רעגירונג מיט די אַליִיִרטע פּאַרטײען, מיט דער כּװנה צו װײַזן דער װעלט אַז די רעגירונג איז אַ פּלוראַליסטישע און דעמאָקראַטישע. אַזױ אַרום איז אײַנגעפֿירט געװאָרן אין דער פּױלישער געאָגראַפֿיע --- די פּױלישע דעמאָקראַטישע רעפּובליק, דער נײַער רעזשים לױטן סאָװעטישן מאָדעל גלײַך װי די װאָס זענען אײַנגעפֿירט געװאָרן אין בולגאַריע, רומעניע, אונגאַרן, טשעכאָסלאָװאַקײַ, אַלבאַניע, מזרח-דײַטשלאַנד און יוגאָסלאַװיע. אָט די לעצטע מדינה האָט זיך אָפּגעריסן פֿונעם קרעמל אין 1948.
המשך קומט