עלעקטראָכעמיע: אַ בײַשפּיל פֿון װיסנשאַפֿט-לשון אױף ייִדיש

פֿון שלומה-חיים כּהן און לײבל באָטװיניק

הקדמה

די צילן פֿונעם װײַטערדיקן אַרטיקל זײַנען צװײ: ערשטנס, אױסצודריקן די נײטיקײט פֿון אַ װיסנשאַפֿטלעכער שפּראַך און טערמינאָלאָגיע אױף ייִדיש )ד"ה אַ באַרעכטיקונג פֿונעם מחברס אײגענעם אידעאָלאָגישן צוגאַנג(; און צװײטנס, פֿאָרצושטעלן אַ בײַשפּיל פֿון דעם דאָזיקן שפּראַכבאַנוץ מיט אַן עקספּערימענט װאָס יעדער קען אים גאָר לײַכט אױספּרובירן בײַ זיך אין דער הײם.

1. ייִדישע װיסנשאַפֿט און װיסנשאַפֿט אױף ייִדיש

"אונדזער ייִדישע ליטעראַטור איז נאָך פֿאָרלױפֿן גאַנץ אָרעם אין ביכער איבער נאַטור-װיסנשאַפֿט."--ס. פֿײַנסטאָון, כעמיע: צו לעזען און צו לערנען, אַרבעטער רינג, ניו-יאָרק, 1920, ז' 4.

ס'איז אַ פֿאַרשטײט-זיך אַז די יסודות פֿון אונדזער מאָדערנער װעלט זײַנען טעכנאָלאָגיע און װיסנשאַפֿט. צום באַדױערן איז אין די לעצטע יאָרן קײן ייִדישע פּובליקאַציע װעגן װיסנשאַפֿט נישט פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן. אײנצלנע אַרטיקלען יאָ, אָבער אױך נאָר װײניק.

ס'רובֿ ייִדישע ביכער װעגן װיסנשאַפֿט זײַנען אַרױסגעגעבן געװאָרן אין דער ערשטער האַלב פֿון דעם יאָרהונדערט, דער עיקר אין די 1920ער און 1930ער. צװײ פּראָדוקטיװע סבֿיבֿות זײַנען געװען די לינק-געשטימטע אַמעריקאַנער קרײַזן )צום לערנען די "אומװיסנדיקע אַרבעטערס"( און דער סאָװעטן-פֿאַרבאַנד )אָפֿט אַרײַננעמענדיק סאָציִאַליסטישע פּראָפּאַגאַנדע(. אַנדערע טעקסטן, למשל אײַנקוק- און לערן-ביכער, האָבן טעכנישע אינסטיטוציעס )אַשטײגער דער אָ.ר.ט. און דער װילנער ייִדישער טעכניקום( אָפּגעדרוקט פֿאַר זײערע סטודענטן. ס'דאַרף אױך פֿאַרצײכנט װערן אַז די אַלגעמײנע שולװעזנס פֿון מזרח-אײראָפּע האָבן פֿאַרלײגט אַ ביז גאָר צעצװײַגטן סיסטעם פֿון טעכנישער בילדונג, װאָס ייִדיש-שפּראַכיקע לערנביכער האָבן מיט זיך דאָך פֿאָרגעשטעלט אַ תּוכיקן טײל דערפֿון. הײַנט צו טאָג איז די ייִדישע ליטעראַטור אָבער גאַנץ הינטערשטעליק בנגעה דער װיסנשאַפֿט, װאָס אין די לעצטע יאָרצענדליקער איז געװאָרן ממש נישט צו דערקענען, סײַ מיט דער טאָג-טעגלעכער פּראַקטיק, סײַ מיט די ערנסטע עטישע און געזעלשאַפֿטלעכע סתּירות װאָס שטאַמען דערפֿון. זינט פֿון נאָך דער צװײטער װעלט-מלחמה זײַנען אַרײַן אין דער װיסנשאַפֿט אַ צאָל ביז-איצט נישט עקסיסטירנדיקע געביטן: מיקראָעלעקטראָניק, גענעטישע אינזשענעריע, פּלאַסטיק, קאָמפּיוטערײַ, קאָסמאָס-אױספֿאָרשונג, ביִאָמעדיצין, עלעקטראָנישע קאָמוניקאַציע, און העכערע פֿיזיק. אױב מיר רעדן די טעמעס נישט אַרום אױף ייִדיש, װי אַזױ װעלן מיר לערנען אונדזערע קומענדיקע דורות די פּלא-פּלאים פֿון דער װיסנשאַפֿט? עס װעט אױסקומען, אַז ייִדיש איז אַן אָפּגעשטאַנענע שפּראַך װאָס קען זיך נישט באַציִען צו דעם אַרום, צו דעם הײַנט. אױב דאָס זאָל חלילה זײַן, האָט ייִדיש קײן צוקונפֿט נישט.

אָט זײַנען דאָ אַשטײגער אַ סך ייִדן װיסנשאַפֿטלערס געװינערס פֿון דער נאָבעל-פּרעמיע. פֿאַרװאָס זאָלן מיר נישט קענען אַרומרעדן ייִדישע פֿאָרשערס און זײער אַרבעט אױף אונדזער ייִדיש-לשון? "...איז דאָך פּראָפֿעסאָר אַלבערט אײַנשטײַן, דער גרעסטער מאַטעמאַטיקער און דענקער פֿון אונדזער צײַט, און אײנער פֿון אונדזערע אידישע געלעהרטע, טאָ װאָרום זאָלען מיר, אידישע לעזער, נישט פֿאַרשטעהן, כאָטש אין קורצן, די װעלט-באַריהמטע רעלאַטיװיטעט טעאָריע...?" )זלמן פּינכס נתנס, פּאָפּולערע ערקלערונג פֿון אײַנשטײַנס רעלאַטיװיטעט טעאָריע, ניו-ראָשעל, נ"י, 1931, ז' 7(

האָבנדיק דאָס אין זינען לײגן מיר פֿאָר אַ קלײנעם עקספּערימענט װאָס יעדער קען דאָס אױספּרובירן בײַ זיך אין דער הײם. קודם דאַרפֿן מיר אָבער אַ ביסל דערקלערן דעם עיקר--װאָס אַזױנס איז די עלעקטראָכעמיע, און פֿאַרװאָס דאַרף מען זיך מטריח זײַן און לערנען עפּעס װעגן דעם?

2. די פּרינציפּן פֿון עלעקטראָכעמיע און דאָס קאָנסטרויִרן פּשוטע עלעקטראָכעמישע צעלן

די באַטעריעס װאָס מיר קױפֿן אין געשעפֿט פֿאַר אונדזערע ראַדיִאָס אָדער קינדערשפּילן באַשטײען פֿון אײן עלעמענט װאָס מע רופֿט אים אָן אַן "עלעקטראָכעמישע צעל". דאַקעגן די אמתע באַטעריע באַשטײט פֿון עטלעכע צעלן צוזאַמען אין אײן אײנהײט--למשל די באַטעריע פֿון אַן אױטאָמאָביל.

פֿאַרװאָס זײַנען צעלן און באַטעריעס װיכטיק? אחוץ דעם גרױסן באַנוץ װאָס זײ ברענגען אונדז הײַנט צו טאָג, זעען מיר פֿאָרױס נאָך װיכטיקערע דערגרײכונגען אין דער צוקונפֿט. אין עטלעכע לענדער װערט פּאַטראָנירט דאָס אַנטװיקלען און פּראָדוצירן עלעקטרישע אױטאָס, ד"ה אױטאָמאָבילן װאָס װערן געטריבן נישט דורך בענזין )װאָס פֿאַרסמעט די לופֿט(, נאָר דורך באַטעריעס )װאָס פֿאַרסמען אַ סך װינסטיק(. אַזאַ שטײגער: אין קאַליפֿאָרניע קען מען קױפֿן פֿאַר 60,000 אַמעריקאַנער דאָלאַרן אַזאַ עלעקטרישן אױטאָ )דערװײַל דאַרף אַזאַ אױטאָ איבערגעלאָדן װערן אַלע הונדערט קילאָמעטער, מער-װײניקער; נאָר מע דערװאַרט װײַטערדיקע פֿאַרבעסערונגען אין גרײך(. אַסטראָנױטן קענען אפֿילו הײַנט אין קאָסמאָס שאַפֿן שטאַרקע עלעקטרישע קראַפֿט מיטן אױסניצן צעלן און באַטעריעס. פֿאַרן פּשוטן ייִדן איז דאָס נאָך װײַט. דער ציל פֿאַר די טעכנאָלאָגן איז צו אַנטװיקלען שטאַרקערע באַטעריעס װאָס װעלן אַרױסגעבן גרעסערע װאָלטאַזשן און שטראָמען, נאָר װאָס זאָלן קלענער זײַן און ביליקער.

כּדי צו פֿאַרשטײן װי אַזױ עס פֿונקציִאָנירט די פּשוטע עלעקטראָכעמישע צעל, און װי אַזױ זי גיט אַרױס עלעקטרע, דאַרפֿן מיר פֿריִער אַרומרעדן דעם פֿענאָמען פֿון עלעקטראָנען-אױסבײַט.

װיסנשאַפֿטלערס האָבן פֿאַרפֿעסטיקט אַז אַלע מאַטעריע באַשטײט פֿון אַטאָמען און מאָלעקולן )גרופּעס פֿון אַטאָמען(. יעדער אַטאָם שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ צענטראַלן געדיכטן פּאָזיטיװ-אָנגעלאָדן קערן, אַרום װעלכן עס דרײען זיך נעגאַטיװ-אָנגעלאָדענע עלעקטראָנען )טײלעכלעך פֿון עלעקטרע(. דער אַרומקרײַז )אָרביט( קען זײַן בײַ עטלעכע מרחקים. דער צענטראַלער פּאָזיטיװער קערן נעמט אַרײַן פּאָזיטיװע פּראָטאָנען, און אױך נײטראָנען )טײלעכלעך װאָס האָבן נישט קײן עלעקטרישע לאָדונגען(. נאָרמאַל זײַנען אַטאָמען און מאָלעקולן עלעקטריש-נײטראַל, ד"ה די צאָל עלעקטראָנען איז גלײַך מיט דער צאָל פּראָטאָנען.

אָפֿט געשעט אָבער אַז עטלעכע אַטאָמען אָדער מאָלעקולן פֿאַרלירן זײערע עלעקטראָנען און װערן "קאַטיִאָנען" )טײלעכלעך מיט פּאָזיטיװע לאָדונגען(. די קאַטיִאָנען האָבן עטלעכע עלעקטראָנען זײערע אָפּגעגעבן צו אַנדערע אַטאָמען אָדער מאָלעקולן, װאָס װערן "אַניִאָנען" )טײלעכלעך מיט נעגאַטיװע לאָדונגען(. די בײדע, קאַטיִאָנען און אַניִאָנען, רופֿט מען "איִאָנען".

עלעקטראָכעמיע איז אַ װיסנשאַפֿט װאָס פֿאַרנעמט זיך מיט די אופֿנים, װי אַזױ אַטאָמען און מאָלעקולן בײַטן אױס עלעקטראָנען, און װי אַזױ מע קען אױסניצן דעם פֿענאָמען לטובֿה )און אױך, להיפּך, די פּראָבלעמען װאָס דאָס טראַנספֿערירן עלעקטראָנען קען אַרױסרופֿן(.

נוצלעכע זאַכן װאָס שטיצן זיך אױף עלעקטראָכעמישע פּראָצעסן זײַנען די עלעקטראָפּלאַטירונג; עלעקטרישע באַטעריעס; און דער נערװן-סיסטעם פֿונעם מענטשישן קערפּער. דאַקעגן, פּראָבלעמען װאָס אַנטװיקלען זיך װי אַן אָפּרוף אױף דעם, װאָס אַטאָמען און מאָלעקולן בײַטן זיך מיט עלעקטראָנען, נעמען אַרײַן--צװישן אַנדערע--דאָס פֿאַרזשאַװערן פֿון מעטאַלן.

אײן גאָר װיכטיקע אײגנקײט פֿון מעטאַלן--װאָס מיר װעלן זי דאָ דיסקוטירן--איז די פֿעיִקײט גרינג צו פֿאַרלירן עלעקטראָנען )צו װערן קאַטיִאָנען(. אַ סך כעמישע פֿאַרבינדונגען באַשטײען פֿון געװײנטלעכע קאַטיִאָנען און אַניִאָנען, למשל קאָכזאַלץ )נאַטריום-קאַטיִאָנען און כלאָר-אַניִאָנען( און אױך באַקסאָדע )נאַטריום-קאַטיִאָנען און ביקאַרבאָנאַט-אַניִאָנען(. אפֿילו רײנע װאַסער פֿאַרמאָגט זײער אַ קלײנער מאָס װאַסערשטאָף-קאַטיִאָנען און הידראָקסיד-גרופּע-אַניִאָנען.

אַז מע צעלאָזט קאָכזאַלץ אָדער באַקסאָדע אין װאַסער, צעטײלן זיך אַניִאָנען און מישן זיך אױס מיט די װאַסער-מאָלעקולן. יעדע שטאָף װאָס פֿאָרמירט אַניִאָנען װען מע צעלאָזט עס אין װאַסער, הײסט אַן "עלעקטראָליט". זױערסן זײַנען אױך עלעקטראָליטן. לױט אַ פּשוטער כעמישער טעאָריע װעגן זױערסן און באַזן, זײַנען זױערסן "שטאָפֿן װאָס פֿאָרמירן װאַסערשטאָף-קאַטיִאָנען צו גלײַך מיט נאָך אַנדערע אַניִאָנען".

דערפֿאַר, קען מען רעכענען, אַז װען מע זאָל אַרײַנשטעלן אַ שטיקל מעטאַל )װאָס פֿאַרלירט גרינג זײַנע עלעקטראָנען( אין אַ זױערער צעפֿירונג )װאָס נעמט אַרײַן װאַסערשטאָף-קאַטיִאָנען װאָס נײטיקן זיך אין עלעקטראָנען(, װעלן די פּאָזיטיװ-אָנגעלאָדענע װאַסערשטאָף-קאַטיִאָנען אַרײַנכאַפּן צו זיך עלעקטראָנען פֿונעם מעטאַל. די מעטאַל-קאַטיִאָנען װעלן דערפֿאַר צעלאָזן זיך אין דער צעפֿירונג. אָט איז אַ בײַשפּיל:

צינק + װאַסערשטאָף-כלאָריד )װאַסערשטאָף+ און כלאָר-( ---> צינק-כלאָריד און װאַסערשטאָף-גאַז

די כעמישע גלײַכונג באַװײַזט װאָס פּאַסירט װען מע שטעלט אַרײַן צינקמעטאַל אין אַ צעפֿירונג פֿון װאַסערשטאָף-כלאָריד )אָדער "הידראָכלאָר-זױערס"(. די הידראָכלאָר-זױערס-צעפֿירונג באַשטײט פֿון װאַסערשטאָף-קאַטיִאָנען )פּאָזיטיװע(, כלאָר-אַניִאָנען )נעגאַטיװע(, און װאַסער )נײטראַל(. די װאַסערשטאָף-קאַטיִאָנען כאַפּן צו עלעקטראָנען פֿון די צינקמעטאַל-אַטאָמען. דעמאָלט װערן די װאַסערשטאָף-אַטאָמען עלעקטריש נײטראַל און צעגײען זיך פֿון דער צעפֿירונג װי גאַזבלעזלעך. די צינק-אַטאָמען צעלאָזן זיך פֿון דעם מעטאַל אַרײַנצו אין דער צעפֿירונג, שאַפֿנדיק אַ צינקכלאָריד-צעפֿירונג. בקיצור: מע האָט טראַנספֿערירט עלעקטראָנען פֿון צינק צו װאַסערשטאָף.

שטעלט זיך די פֿראַגע: צי קען מען פּועלן, אַז די עלעקטראָנען זאָלן אַרבעטן בעתן דורכגײן פֿון אײן אָרט צו דעם צװײטן? דער ענטפֿער איז: יאָ, אין אַן עלעקטראָכעמישער צעל! כּדי צו מאַכן די צעל, באַנוצן מיר זיך מיט דעם פֿאַקט, אַז טײל מעטאַלן פֿאַרלירן עלעקטראָנען גרינגער װי אַנדערע. איז לאָמיר דאָס טאַקע זען, און מאַכן אונדזער אײגענע צעל.

מאַטעריאַלן

1 ציטרין, צעשניטן אױף צװײ

1 גלאָז, אונטערצוהאַלטן די ציטרינהעלפֿט )אַ קלײן גלאָז צו אײַזקרעם-סאָנדײס איז גוט(

1 גאַלװאַנאָמעטער אָדער װאָלטמעטער )מע קען קױפֿן בײַ אַן עלעקטראָניק-געשעפֿט, װי למשל "רײדיאָ-שעק" אין די פֿאַרײניקטע שטאַטן(

2 דראָטן, אַן ערך 20-25 צ"מ די לענג, מיט אַליגאַטאָר-קלעמערלעך אױף יעדן עק

עטלעכע פֿאַרשײדענע שטיקלעך מעטאַל, גלאַנציק באַפּוצט. למשל: אַ קופּערנע מטבעה אָדער דראָט; אַ זילבערנער )אָדער באַזילבערטער( לעפֿל; זילבערפּאַפּיר )אַלומיניום-לײש( געקנײטשט אין אַ גראָדעק פֿון אַן ערך 1 צ"מ אױף 4 צ"מ; אַן אײַזענער טשװאָק; אַ שטאָלענער לעפֿל אָדער אַ גרױס קלעמערל; אַ מעשענער שליסל; אַנדערע שטיקלעך מעטאַל )למשל צינק, צין ואַ"װ(.

פּראָצעדור

1. שטעלט אַרײַן אין דעם ציטרין צװײ שטיקלעך מעטאַל, יעדער פֿון אַן אַנדערן סאָרט. פֿאַרזיכערט, אַז די מעטאַלן רירן זיך נישט צו אײנער צום צװײטן.

2. פֿאַרפֿעסטיקט אַ קלעמערל צו אײן שטיקל מעטאַל, און דאָס קלעמערל בײַם אַנדערן עק פֿון דעם דראָט, צו אַ פּאָלוס פֿון דעם װאָלטמעטער.

3. פֿאַרפֿעסטיקט אַן אַנדער קלעמערל צו דעם אַנדערן מעטאַל, און דאָס קלעמערל בײַם אַנדערן עק פֿון דעם דראָט, צו דעם צװײטן פּאָלוס פֿון דעם װאָלטמעטער.

4. באַטראַכט דעם װאָלטאַזש אױפֿן װאָלטמעטער. אױב דער װײַזער װײַזט אָן נעגאַטיװ )אָדער ציט זיך אין דער נעגאַטיװער ריכטונג(, בײַט איבער די דראָטן װאָס זײַנען צוגעבונדן צו די פּאָלוסן פֿונעם װאָלטמעטער.


אָט איז אַ טאַבעלע פֿון פֿאַרשײדענע װאָלטאַזשן װאָס זײַנען פּראָדוצירט געװאָרן )בײַ די מחברים( מיט פֿאַרשײדענע מעטאַלן אין דער ציטרינצעל.

מעטאַל 1 מעטאַל 2 װאָלטאַזש
)נעג' פּאָלוס פֿונעם מעטער( )פּאָז' פּאָלוס(
קופּער )אַמעריקאַנער פּעני( אַלומיניום )לײש( 0.08 װ
" קופּער-ניקל )אַמער' קװאָדער( 0.18 װ
" שטאָל )גרױס קלעמערל( 0.15 װ
" מעש )שליסל( 0.60 װ
" זילבער )באַזילבערט לעפֿעלע( 0.70 װ
קופּער-ניקל )קװאָדער( מעש )שליסל( -0.25 װ
" שטאָל )גרױס קלעמערל( -0.45 װ
" זילבער )באַזילבערט לעפֿעלע( 0.50 װ
" אַלומיניום )לײש( 0.14 װ
שטאָל )גרױס קלעמערל( " 0.10 װ
מעש )שליסל( " 0.135 װ
זילבער )באַזילבערט לעפֿעלע( " 1.0 װ

אין אונדזער ציטרין-צעל, טוען די עלעקטראָנען אַרבעט בײַם באַװעגן דעם װײַזער פֿונעם װאָלטמעטער. גרעסערע צעלן קענען טאָן מער אַרבעט, למשל באַלײַכטן אַ לעמפּל אָדער אָנהײבן אַן עלעקטראָמאָטאָר. דער װאָלטאַזש װאָס װערט אױסגעמאָסטן איז אָפּהענגיק פֿון אַ סך פֿאַקטאָרן אחוץ די סאָרטן מעטאַלן װאָס װערן אױסגעקליבן: דער טעמפּעראַטור, די גרײס פֿון די שטיקלעך מעטאַל, װי רײן זײַנען זײ, און אין װאָס מע שטעלט זײ אַרײַן. װאָס פּאַסירט, אַשטײגער, אױב מען ניצט גרױסע אָדער קלײנע שטיקלעך מעטאַל? װאָס פּאַסירט אױב מע ניצט אַ מאַראַנץ אַנשטאָט אַ ציטרין? װאָס פּאַסירט אױב מען װאַרעמט די ציטרין אָן?

פֿאַרװאָס דאַרף מען ניצן אַ ציטרין אַנשטאָט װאַסער? )פּרוּװ עס אַלײן אױס מיט װאַסער!( ציטרינען נעמען זױערס אַרײַן. מע װײסט אַז זױערסן זײַנען עלעקטראָליטן: זײ פֿאָרמירן איִאָנען. מען דאַרף דאָס זױערס דערפֿאַר, װײַל אַז די עלעקטראָנען באַװעגן זיך אין אײן ריכטונג דורך דער דראָט, באַװעגן זיך קאַטיִאָנען אינעם ציטרין אין דער פֿאַרקערטער ריכטונג. אױף אַזאַ אױפֿן האַלט די עלעקטראָכעמישע צעל אײַן גלײַכע צאָלן עלעקטראָנען און קאַטיִאָנען: דאָס רופֿט מען עלעקטרישע נײטראַליטעט.

װען מע זאָל פֿאַרגלײַכן אַן עלעקטרישן שטראָם מיט אַ פֿליסיקײט, װאָלט מען געקענט האַלטן דעם װאָלטאַזש )װאָס מע מעסט אױף װאָלטן( פֿאַר אַ מין דרוק, און דעם שטראָם פֿאַרן סכום עלעקטרע װאָס גײט פֿאַרבײַ בעת אײן סעקונדע )װאָס מעסט זיך אױף אַמפּערן(. אונדזער ציטרינצעל גיט אַרױס, העכסטנס, בלױז אַ װאָלט פֿון עלעקטרישן דרוק, האָבנדיק אַ קלײנע צאָל עלעקטראָנען װאָס באַװעגן זיך. כּדי צו פֿאַרגרעסערן דעם װאָלטאַזש, קען מען צוזאַמענהעפֿטן די צעלן אין אַ קײט צו מאַכן אַ באַטעריע )װי אַשטײגער אַן אױטאָמאָביל-באַטעריע(. כּדי צו פֿאַרגרעסערן דעם שטראָם, קען מען פֿאַרבינדן צעלן אין פּאַראַלעל. נאָרמאַלע "באַטעריעס", װאָס מע ניצט אין לאַמטערנלעך אָדער זײגערלעך, זײַנען--װי מיר האָבן שױן באַצײכנט בײַם אָנהײב פֿון אַרטיקל--אײנציקע עלעקטראָכעמישע צעלן.

אָנערקונג

מיר דאַנקען דער "דײװיד-ביבליִאָטעק פֿון דער אַמעריקאַנער רעװאָלוציע" אין װאַשינגטאָן קראָסינג, פּענסילװײניע, און ר' עזר סטאָון )ז"ל( און ר' דזשאָסעף סטאָון פֿאַר דעם לערנבוך כעמיע: צו לעזען און צו לערנען, פֿון סאָל פֿײַנסטאָון.