הײַזער

פֿון מינדל רינקעװיטש

לאַדט מען מיך אײַן אין אַ הױז
עלטער פֿון מײַן הױז אַ דרײַ מאָל.. אַ צען מאָל...
אַ דרײַ מאָל אַ צען מאָל די גרױס...
דאָס איז אַ הױז נישט קײן דירה.

הױך איז דאָס הױז, דרײַ שטאָק די הײך,
דערצו נאָך דער קעלער, דער בױדעם.
מײַן דירה איז אָפֿענער רױם װאָס זאָגט באַלד אַלץ אױס.
דאָס הױז האָט צו טאָן מיט פֿאַרװינקלטע װינקלעך,
קאָרידאָרן פֿאַרדרײטע, פֿאַרמישטע, װאָס װײסן כּמעט נישט אַלײן װוּ זײ פֿירן.

שפּעט בין איך דאָרטן פֿאַרבליבן, װײַט פֿון מײַן הױז.
מיד בין איך געװאָרן.
װאָס מידער אַלץ װײַטער איז מיר אױסגעקומען מײַן אָפֿנהאַרציקע דירה.
ס'האָט אַזױ זיך געװאָלט איבערנעכטיקן דאָרטן,
אין אַ טונקעלן װינקל פֿאַרקריכן, דאָרט װוּ די נאַכט איז נאָך טיפֿער,
באַגעגענען טרױמען אַזױנע, װאָס טרױמען זיך נאָר אין װײַטער, פֿאַרפֿינסטערטע ערטער,
און דערזען װי ס'זעט אױס אַ פֿאַרטאָג אַזאַ העלער, אַ שטאַרקער,
אַ פֿאַרטאָג גענוג שטאַרק אַזאַ פֿינסטערניש צו פֿאַרטרײַבן.