פֿון לאה ראָבינסאָן
מיטלסטער שיכט פֿון מענטשנס צאָן --
געאַקערט פֿעלד.
הערל פֿון קינדס קעפּל --
באַשאָפּעטע קאָברע.
רױטע בלוט-קעמערלעך --
ביִאַליס.
מאָלאײעלעך --
רױזנבולקעלעך.
בלומענשטױב אױף בינפֿיסל --
אַ הױפֿן פּירות.
הערעלעך אױף בינפֿיסל --
מלאכישע טרומײטן.
װאָרעמהײַטל --
קאַרק-און-נאַקן
פֿון טײַך-באַנעצטן
האָרעפּאַשנעם העלפֿאַנד.
הײַפֿישזײַטל --
בערג
מיט טשעגונענע שפּיצן
און טינט שװאַרצע טאָלן,
טיף און דין.
בלעטלזשוקל --
מינאָטאַװער
װאָס האָט פֿון בױנע-לאַבירינט
געמאַכט ויבֿרח,
און װאַנדרעװעט אָן זאָרגן אױף דער זון.