פֿון בײלע שעכטער-גאָטעסמאַן
נאָך דעם הױך-פּולסיריקן טעלעפֿאָן
האָבן זיך צעזונגען טאַנצנדיקע קלאַנגען
אין אַ ראָזיקן װעסנע-טאָן
חושימדיק האָבן זיך חושים צעלאָזט
אין אַ קאַראַהאָד געזאַנגען.װי אַמטירט פֿון אַ נישט-געזעענע מאַשינעריע
זיך צעעפֿנט אַ כּישופֿדיקע פּאַנאָראַמע
אױף אַ טעאַטער-סצענע.װאָס װעסטו דאָרט פּרעזענטירן
אין דעם דראַמאַטישן דעקאָר?
די פֿריִער שױן געהערטע, אָפּגעבליִאַקעװעטע קאָלירן?
צי װעסטו די לאָזן פֿאַר אַן אַנקאָר?
װעסטו זיך אַרױסהײבן פֿון װאָכעדיקע מלבושים
און עפֿענען די מוח-קעמערלעך
אָן בושה?בײַם טישל אין "קאַפֿע פֿאַבריציִאָ"
מיט אַ שװאַרצער קאַװע און קנאָבלברױט - "ברוסטשיטאָ"
פֿאַרן פֿענצטער - אַ קאָכעדיקער יריד,
די זון איבער די דעכער - אַ רױזן רױטער באַריר
האַלט אונטער דעם מאָטיװ, שפּילט מיט.שױן אין גאַס, דעם גראָען פֿאַרמאַטערטן ברוק,
ציט זיך דער צוזונג פֿון די פֿריִע כװאַליעס.
איך האַלט אָפּ אַ מאַמע פֿון שלאָגן איר 3-יאָריק קינד
פֿאַר נישט קענען אַרױפֿרוקן די זעקלעך.
טרערן אױף די סאַמעטע בעקלעך.
איך רעד צו דער מאַמען מיט אַ שמײכל
אַ שמײכל בגװאַלד, אַ צװאַנג,
ס'קינד קוקט מיך אָן מיט דאַנק.
טענער נעמען זיך אַרום, פֿאַרשטײען זיך אױפֿן װוּנק,
ס'איז בראשיתדיק, ס'איז געפֿלאַטער, הױכשפּרונג
ס'איז יונג.